Event · Liberation
Arrival of the Bolsheviks
The narrator reports hearing that the Bolsheviks had arrived in their village.
Page scan 142HIGH confidence
Learn more with AI
Read more about Arrival of the Bolsheviks than the memorial book alone records. The assistant works from this record's own source passages and searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, YIVO, Virtual Shtetl, JewishGen and Wikipedia — and shows you what it found, with its sources.
Beyond the book
A memorial book holds what its community could gather. Search the outside archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen and others — for what they add.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
Primary source passage
OCR · respaced for reading · scan 142
מיר ליגן פולמוט האפענונג אויף אונזער בוידעמל. פלוצלינג
דערהערן מיר א שיסעריי נאענט איבער אונדזערע קעפ. דאס האבן זיך צוויי
פיינטלעכע עראפלאנען צוזאמענגעטראפן און זייער שלאכט גייט אן נאענט נעבן
אונדז. עס פליען קוילן איבער אונדז אין דער הויך. מיר רייסן אויף דאס טירל פון
אונדזער באהעלטעניש און אן אטעם לויפן מיר אראפ אין שטאל. נאך א פאר
קורצע רגע׳ס הערט אויף די שיסעריי. מיר בארוהיקן זיך...פלוצלינג הערן מיר
טריט. עס גייען פויערים זייער שנעל און שרייען כמעט. מיד האבן שוין געסט. די
באלשעוויקעס זענען שוין ביי אונדז אין דערפל. ווי אזוי איז דאס געשען, מיד
גלויבן קוים אונדזערע אייגענע אויערן. עס לויפט דורך א פויערטע און זאגט דאס
זעלבע, מיר הויבן אן צו גלויבן און צעוויינען זיך ווי קינדער, זאגן זיך מזל טוב און
צוקושן זיך, מיד זענען ניי־געבוירענע. עס גייט אדורך א שטיקל צייט, קיינער פון
אונדזערע בעל־הבתים קומט נישט. וואס זאל דאס באתיטן, אפשר איז דאס
ווייטער א גוזמא? מיר זענען שוין אויפסני טרויעריק. אבער ענדלעך קומט די
בעל־הבית׳טע ארויף, זי איז בלאס, פארביסן און מיט טרערן אין די אויגן, זי קען
אונז נישט פארגינען אונדזער גליק. וואס איז? פרעגט זי, וואס איר האט זיך
איינגעפאקט? די באלשעוויקעס זענען נאך נישטא, דאס איז ־זאגט זי־ עפעס
פרעמד מיליטער, נישט קיין דייטשן, אבער אויך נישט קיין רוסן, און איר פרייט
זיך נישט. אזוי צעשטערט זי אונדזער גליק. אבער מיר זעען אז זי ליגנערט. אונזער
בעל־בית איז זיך געגאנגען אליין איבערצייגן אבער ער קומט נישט. עס פאלט צו
די נאכט, מיר זיצן און ווארטן, ענדלעך קומט ער ארויף און ברענגט אונדז די
ג ...Connected nodes