Event · Holocaust
the Holocaust
שואה
Holocaust that ended the described Jewish way of life.
Page scan 14HIGH confidence
Learn more with AI
Read more about the Holocaust than the memorial book alone records. The assistant works from this record's own source passages and searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, YIVO, Virtual Shtetl, JewishGen and Wikipedia — and shows you what it found, with its sources.
Beyond the book
A memorial book holds what its community could gather. Search the outside archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen and others — for what they add.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
Primary source passage
OCR · respaced for reading · scan 14
ביים צוגרייטן דעם "ספֿר סקאלה" האָבן מיר אײַן זינען געהאַט
אונזערע קינדער ווי אויך אנדערע פאראינטערעסירטע לייענער און פארשער, וואס
לייענען שוין ליידער נישט קיין יידיש, אונזער מאמע־לשון, און דערפאר זענען
כמעט א העלפט פון די וויכטיקע קאפיטלעך אין דעם ספֿר ווי אויך די בילדער־
אונטערשריפטן, געדרוקט געווארן אין העברעאיש און אין ענגליש. דאס האפן
מיר, וועט העלפן דערנענטערן אונזערע קינדער און אייניקלעך צום אנדענק פון
אונזער געבורטס־שטעטעלע סקאלה און צו דער גייסטיקער ירושה פון דעם
אייגנארטיקן יידישן לעבנס־שטייגער אין אמאליקן מזרח־גאליציע, וואס איז
אוועק מיט די פלאמען פון דער שואה. ...Source passage 2
OCR · respaced for reading · scan 14
... דער אינהאלט פון "ספר סקאלה" איז נישט אזוי רייך ווי מיר האבן
געהאפט און געוואלט ער זאל זיין, און דאס איז אזוי נישט בלויז צוליב דעם שוין
דערמאנטן מאנגעל אין היסטארישע מקורות, נאר בעיקר איבער דעם וואס דער
אכזריות׳דיקער גורל האט אין די יארן פון דער שואה אוועקגעריסן פון אונז כמעט
אלע אמאליקע סקאלער כלל־טוער און מנהיגים, וואס האבן זיכער מער געוואוסט
וועגן סקאלע און זיינען מן־הסתם געווען פייאיקערע שרייבער פון אונז, די לעבן־
געבליבענע. צום זכות פון די באטייליקטע אין דעם "ספר סקאלה" מוז אבער
געזאגט ווערן, אז קיינער פון אונז איז ניט קיין פראפעסיאנעלער שרייבער און אז
דאס וואס יעדער איינער פון אונז, האט לויט זיינע מעגלעכקייטן געשריבן, איז אן
אמת׳ע און אויטענטישע גביית־עדות, סיי וועגן דער אמאליקער, לעבעדיקער און
שעפערישער יידישער סקאלה, סיי וועגן איר ליידן־פולן אונטערגאנג.Connected nodes