Place · house
the landlord's house
זיין הייזל
The landlord’s house stood beside the road and sheltered the group.
Page scan 140HIGH confidence
Learn more with AI
Read more about the landlord's house than the memorial book alone records. The assistant works from this record's own source passages and searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, YIVO, Virtual Shtetl, JewishGen and Wikipedia — and shows you what it found, with its sources.
Beyond the book
A memorial book holds what its community could gather. Search the outside archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen and others — for what they add.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
Primary source passage
OCR · respaced for reading · scan 140
... איז
שוין לאנג נאך האלב ע נאכט ווען איך דערהער טריט. און אין א קורצער צייט
דערזע איך מיין מאן צוזאמען מיט מיין אלטן גוטמוטיקן בעל הבית. ער גייט ווי
תמיד בארוועס, אין א פאר צוריסענע הויזן און א העמד נישט פארמאכט וואס
אנטבלויזט אים גענצליך זיין ברוסט. איך זע אז ער איז אביסל צוטומלט, אבער
איך דערוויס זיך גלייך די סיבה: זיין ווייב האט אונז בשום אופן נישט געוואלט
צוריקנעמען. מיין מאן האט איר צוגעזאגט צו געבן וואס זי וועט וועלן, ביז
ענדלעך ער האט אויף איר געווירקט און מיין בעל הבית איז געקומען נאך מיר. ווי
נאר איך האב אים דערזען איז מיר לייכטער געווארן, איך האב שוין אן אנשפאר.
ער האט דאס קינד גענומען אויף זיינע פלייצעס און איך מיט מיין מאן זענען
נאבגעגאנגען. ענדלעך זענען מיר געקומען נאענט צו זיין הייזל, וואס שטייט ביים
וועג. אבער רא מוז מען זיין זייער פארזיכטיק, אלע מאל גייען דא נאכט־וואכן, און
מיר שיקן דעם פויער צוערשט אויסשפיאנירן צי מיר קענען גיין. ער מאכט אונז
א צייכן: מיר גייען שנעל דורך דעם וועג. מיר פארשווינדן אונטער די בוימער.
פלוצלינג דערזען מיר צוויי דייטשן, וואס גייען אויף נאכט־דינסט. בלויז איין
אויגנבליק פריער וואלטן מיר געווען פארלארן. מיר ווארטן אפ ביז זיי פארשווינדן
גענצליך, ראן רוקן מיר זיך צו צום הייזל, די פויערטע עפנט אונז די טיר און
מיר גייען אריין אין אונזער אלט־באקאנטן קעמערל, אבער איצט איז דאס אין
מיינע אויגן שוין נישט קיין פינצטער קעמערל, איצט איז דאס אן
אויסגעטרוימטער פאלאץ פון פארכישופט פרינץ. מיר זענען די גליקלעכסטע
אויף דער ערד. מיר האבן צוריק אונזער בעטל און מיר האבן אויפסניי האפנונג אז
מיר וועלן האבן רו. און אפשר וועט מיט אונז געשען דער נס, פון וועלכן מירConnected nodes