Kehilot/Skala-Podilska
Library
Person · child

the child

דאס קינד

The child traveled with the narrator during the nighttime journey.

Page scan 136HIGH confidence
Learn more with AI

Read more about the child than the memorial book alone records. The assistant works from this record's own source passages and searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, YIVO, Virtual Shtetl, JewishGen and Wikipedia — and shows you what it found, with its sources.

Learn more about “the child
Beyond the book

A memorial book holds what its community could gather. Search the outside archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen and others — for what they add.

Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
2
Primary source passage
OCR · respaced for reading · scan 136
Open exact passage
מיר האבן ווייטער דורכגעשטופט א חודש לעבן און ווער וויל דעם מער? עם איז דאך גאר א לאנגע צייט אין לעבן. א גאנצן חודש אומגעשטערט שלאפן און שטופן די צייט, אבער עס איז געשען אנדערש. דווקא איצט, ווען עם האט זיך געהאנדלט אין טעג, ווען עס האט גענצלך געדארפט נעמען א סוף צו אלע יידן, איז געשען א ן אומדערווארטער פאר מיר טראגישער פארפאל. א שכן האט געזען מיין מאן אריינגיין צו אונדז, האט ער פארגעווארפן אונדזער בעל הבית, אז ער באהאלט ביי זיך יידן און איז געגאנגען מעלדן די דייטשן. עס איז שוין פאר נאכט, דאס קינד שלאפט שוין, איך וועק אים אויף און, פול מיט פחד, דערצייל איך דעם קינד, וואס עס איז געשען. מיין מאן איז אין סקאלה און איך האב מורא דא לענגער צו בלייבן, ווייל עס איז א זיכערער טויט. דער פויער איז זייער צעטומלט, ער פירט אונדז ארויס צו א ן אפענער סטאדאלע, וואס געהערט נישט צו אים און פון דארט ן באשליסן מיר ביי נאכט צו גיין קיין סקאלה. אבער נישט אזוי לייכט קען מען זיך דורכרייסן ביי נאכט מיט א קליין קינד פופצן קילאמעטער. מיר דארפן דורכפאסירן צוויי דערפער ביז מיר וועלן קומען צום ציל. דער וועג איז זייער א געפערלעכער, מען היט אלע וועגן, ווייל עס זענען טעטיק רוסישע דעסאנטן, אזוי לכל הפחות זאגט מען. מען היט אויך די וועגן, ווייל די מיליץ ווייסט, אז יידן שלעפן זיך ארום ביי נאכט. איך האב אבער קיין ברירה נישט און מיר פארלאזן דאס דארף. עס איז זייער א שיינע ליכטיקע זומערנאכט. איך מיט דעם קינד ביי דער האנט, מיט א קליין פעקעלע אין דער צווייטער האנט גייען אהיים, אבער ווי אויסטערליש זעט אויס אונדזער אהיימגיין, נישט אזוי האב ...
Source passage 2
OCR · respaced for reading · scan 140
Open exact passage
מיטערפחדאוץ הארץ־קלאפן ווארטאיך אויף מיין מאן צוריקקער. עס איז שוין לאנג נאך האלב ע נאכט ווען איך דערהער טריט. און אין א קורצער צייט דערזע איך מיין מאן צוזאמען מיט מיין אלטן גוטמוטיקן בעל הבית. ער גייט ווי תמיד בארוועס, אין א פאר צוריסענע הויזן און א העמד נישט פארמאכט וואס אנטבלויזט אים גענצליך זיין ברוסט. איך זע אז ער איז אביסל צוטומלט, אבער איך דערוויס זיך גלייך די סיבה: זיין ווייב האט אונז בשום אופן נישט געוואלט צוריקנעמען. מיין מאן האט איר צוגעזאגט צו געבן וואס זי וועט וועלן, ביז ענדלעך ער האט אויף איר געווירקט און מיין בעל הבית איז געקומען נאך מיר. ווי נאר איך האב אים דערזען איז מיר לייכטער געווארן, איך האב שוין אן אנשפאר. ער האט דאס קינד גענומען אויף זיינע פלייצעס און איך מיט מיין מאן זענען נאבגעגאנגען. ענדלעך זענען מיר געקומען נאענט צו זיין הייזל, וואס שטייט ביים וועג. אבער רא מוז מען זיין זייער פארזיכטיק, אלע מאל גייען דא נאכט־וואכן, און מיר שיקן דעם פויער צוערשט אויסשפיאנירן צי מיר קענען גיין. ער מאכט אונז א צייכן: מיר גייען שנעל דורך דעם וועג. מיר פארשווינדן אונטער די בוימער. פלוצלינג דערזען מיר צוויי דייטשן, וואס גייען אויף נאכט־דינסט. בלויז איין אויגנבליק פריער וואלטן מיר געווען פארלארן. מיר ווארטן אפ ביז זיי פארשווינדן גענצליך, ראן רוקן מיר זיך צו צום הייזל, די פויערטע עפנט אונז די טיר און מיר גייען אריין אין אונזער אלט־באקאנטן קעמערל, אבער איצט איז דאס אין מיינע אויגן שוין נישט קיין פינצטער קעמערל, איצט איז דאס אן אויסגעטרוימטער פאלאץ פון פארכישופט פרינץ. מיר זענען די גליקלעכסטע אויף דער ערד. מיר האבן צוריק אונזער בעטל און מיר האבן אויפסניי האפנונג אז מיר וועלן האבן רו. און אפשר וועט מיט אונז געשען דער נס, פון וועלכן מיר
Connected nodes