Place · barn
an open barn
א ן אפענער סטאדאלע
The farmer led them to an open barn belonging to someone else.
Page scan 136HIGH confidence
Learn more with AI
Read more about an open barn than the memorial book alone records. The assistant works from this record's own source passages and searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, YIVO, Virtual Shtetl, JewishGen and Wikipedia — and shows you what it found, with its sources.
Beyond the book
A memorial book holds what its community could gather. Search the outside archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen and others — for what they add.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
Primary source passage
OCR · respaced for reading · scan 136
... טער דורכגעשטופט א חודש לעבן און ווער וויל דעם מער? עם איז דאך גאר א לאנגע צייט אין לעבן. א גאנצן חודש אומגעשטערט שלאפן און שטופן די צייט, אבער עס איז געשען אנדערש. דווקא איצט, ווען עם האט זיך געהאנדלט אין טעג, ווען עס האט גענצלך געדארפט נעמען א סוף צו אלע יידן, איז געשען א ן אומדערווארטער פאר מיר טראגישער פארפאל. א שכן האט געזען מיין מאן אריינגיין צו אונדז, האט ער פארגעווארפן אונדזער בעל הבית, אז ער באהאלט ביי זיך יידן און איז געגאנגען מעלדן די דייטשן. עס איז שוין פאר נאכט, דאס קינד שלאפט שוין, איך וועק אים אויף און, פול מיט פחד, דערצייל איך דעם קינד, וואס עס איז געשען. מיין מאן איז אין סקאלה און איך האב מורא דא לענגער צו בלייבן, ווייל עס איז א זיכערער טויט. דער פויער איז זייער צעטומלט, ער פירט אונדז ארויס צו א ן אפענער סטאדאלע, וואס געהערט נישט צו אים און פון דארט ן באשליסן מיר ביי נאכט צו גיין קיין סקאלה. אבער נישט אזוי לייכט קען מען זיך דורכרייסן ביי נאכט מיט א קליין קינד פופצן קילאמעטער. מיר דארפן דורכפאסירן צוויי דערפער ביז מיר וועלן קומען צום ציל. דער וועג איז זייער א געפערלעכער, מען היט אלע וועגן, ווייל עס זענען טעטיק רוסישע דעסאנטן, אזוי לכל הפחות זאגט מען. מען היט אויך די וועגן, ווייל די מיליץ ווייסט, אז יידן שלעפן זיך ארום ביי נאכט. איך האב אבער קיין ברירה נישט און מיר פארלאזן דאס דארף. עס איז זייער א שיינע ליכטיקע זומערנאכט. איך מיט דעם קינד ביי דער האנט, מיט א קליין פעקעלע אין דער צווייטער האנט גייען אהיים, אבער ווי אויסטערליש זעט אויס אונדזער אהיימגיין, נישט אזוי האב איך מיר עס פארגעשטעלט. נאך אזא לאנגער צייט פון ליידן און דערנידערונגען האב איך עס מיר אנדערש געמאלן, איך האב שוין אזוי געבענקט און געהאפט אויף דעם טאג אין וועלכן איך וועל קענען באטרעטן גאטס וועלט, אבער אלס א פרייערConnected nodes