Kehilot/Skala-Podilska
Library
Person

Chepesiuk

טשעפעסיוק

Forest warden whose home was near the bunker.

Page scan 128HIGH confidence
Learn more with AI

Read more about Chepesiuk than the memorial book alone records. The assistant works from this record's own source passages and searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, YIVO, Virtual Shtetl, JewishGen and Wikipedia — and shows you what it found, with its sources.

Learn more about “Chepesiuk
Beyond the book

A memorial book holds what its community could gather. Search the outside archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen and others — for what they add.

Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
1
Primary source passage
OCR · respaced for reading · scan 128
Open exact passage
דער צווייטער וואלד־בונקער איז אנטדעקט געווארן בלויז דריי וואכן פאר דער באפרייאונג און די יידן וואס האבן כמעט געהאט איבערגעלעבט דעם נאצי־קאשמאר, זענען אויף א גרויזאמען אופן דערמארדעט געווארן. ווי עס דערציילט שלום גרינבערג, דער איינציקער לעבנגעבליבענער פון דעם בונקער, זענען דריי אוקראינישע פאליציאנטן(רעמבאכא, יאקובישן און א דריטער, אן אומבאקאנטער) צוגעפירט געווארן צום בונקער דורך א יונגן אוקראינער, אן איידעם פון דעם וואלד־וועכטער טשעפעסיוק. דער בונקער האט זיך טאקע געפונען נישט ווייט פון טשעפעסיוקס שטוב, און דער גוי האט, ווייזט אויס, נאכגעשפירט, אדער באמערקט די יידן נעבן בונקער. די מערדערס האבן געבראכט מיט זיך שטרוי, האבן אונטערגעצונדן דאס שטדוי און עס אריינגעשטופט אין בונקער אריין, כדי מיט דעם רויך צו צווינגען די יידן ארויסצוקומען. דער שטיקנדיקער רויך האט א טייל פון די אומגליקליכע ארויסגעטריבן פון בונקער און די אוקראינישע מערדער האבן זיי קאלטבלוטיק דערשאסן אויפן ארט. די איבעריקע זענען אין דעם בונקער דערשטיקט און פארברענט געווארן. די אכזריות פון די מערדערס איז געווען אזוי גרויס, אז זיי האבן געצוואונגען שלום גרינבערג, וואס איז ארויס פון בונקער צו שטיין ביים אריינגאנג און צו שארן מיט א שטעקן דאס פייער, כדי עס זאל נישט אויסגיין. אין בונקער זענען צווישן אנדערע, אויך פארברענט געווארן שלום גרינבערגס פאטער און שוועסטער. ער אליין איז על פי נס ניצול געווארן ווען ער האט זיי צוגעזאגט געלט און פירנדיק אים צום שטאטישן בית־עולם, איז ער פ ...
Connected nodes