Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 105
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1857

מיטלבושים און שפייז. דאס לעצטע איז אין יענער צייט געווען כמעט אוממעגלעך צו באקומען. טראץ דעם, איז געלונגען צונויפצושטעלן פיר גרויסע פורן מיט פעקלעך און מיט דעם טראנספארט בין איך דאס ערשטע מאל מיטגעפארן קיין בארקי־וויעלקיע. מיין אויפגאבע איז געווען נישט בלויז צו באגלייטן די פעקלעך און צוריקקומען, נאר בלייבן דארט און זען, וואס עס קען געטאן ווערן אויפ׳ן פלאץ, געבן יעדע מעגלעכע הילף, באזונדערס פאר די עלטערע און קראנקע, ווייל עס איז געווען קלאר, אז זיי וועלן צוזאמענברעכן די ערשטע. קומענדיק אהין שבת נאכמיטאג (ערשט א וואך זינט דער כאפעניש אין בארשטשעוו), האב איך דערזען אונדזערע מענטשן ארבעטנדיק אויף דעם שאסיי וואס פירט אין לאגער אריין. זיי זענען געשטאנען כמעט ביז די קני אין בלאטע. דעם ערשטן האב איך דערזען יודל וואקס, א האלב טויטן. אז איך האב אים געפרעגט, צי ער וויל עפעס האט ער אויפגעהויבן די אויסגעלאשענע אויגן, עפעס געמאכט מיט די ליפן־וואס האב איך נישט פארשטאנען־און ווען איך האב אים געגעבן א שטיקל ברויט, האט ער דאס א כאפ געטאן און געשלונגען, נישט רעכענענדיק זיך, אז דער פאר־ארבעטער קען דאס באמערקן. איך אליין בין פארשטיינעריט געווארן קוקנדיק אויף זייער מצב, אפגעבנדיק זיך א חשבון, אז מיר אין דער היים, לעבן דאך אין א "גן־עדן" און מיר שאצן דאס נישט אפ. מיט אזעלכע געדאנקען בין איך צוגעפארן צום לאגער, כדי דארט צו ווארטן ביז די מענטשן וועלן צוריקגעבראכט ווערן פון דער ארבעט און איך וועל קענען פארטיילן די פעקלעך. אזוי שטייענדיק ביי דעם טויער און באקוקנדיק דעם עמק הבכא האב איך דערזען עוזיאל שטאק ארבעטנדיק ביים פלאסטער־ הויף. דא מוז איך זיך ווידער אפשטעלן אויף עוזיאל׳ן: א טאטע, וועמענס זון איז געווען דער ערשטער לאגער־קרבן, און איצט האט דער אכזריותדיקער גורל אים

passage_5c5b1957db63ac26aa3508e3
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1858-3148

אליין, איידיפון 49 יאר, געבראכט צום זעלבן פלאץ, וואו זיין זון האט טאג־ טעגלעך געטראטן, אנשטויסנדיק זיך, אויף יעדן טריט, אויף פלעצער, וואס זאלן אים דערמאנען זיין גרויסן בראך. נאר דווקא ער האט זיך נישט איינגעבראכן. ווען ער איז צו מיר צוגעקומען, האט ער פאר זיך גארנישט געבעטן, גארנישט זיך געקלאגט. זיינע ערשטע ווערטער צו מיר זענען געווען: "טו עפעס פאר יעקב־בערן ־מיל? - י *י,ד . די-״ רידננד זי ד אים נעבן זיך און טו אויך זיין ארבעט, כדי קיינער זאל נישט באמערקן זיין צושטאנד". עס איז געווען אמת, איך האב שפעטער צוגעזען, ווי ער ארבעט פאר צוויי, כדי אים צו פארשוינען. איך האב זיך אריינגעצויגן צו א יידישער פאמיליע אין בארקי, מאיר לינטשיץ, דער איינציקער לעבן געבליבענער ייד דארט, ווייל בעתן אריינמארש פון די דייטשן אין 941 ו האבן די דארטיקע אוקראינער דורכגעפירט א פאגראם אין אלע דערפער פון יענער געגנט, דערהרגט בלויז די מענער און געלאזט לעבן די אלמנות און יתומים. ער, לינטשיץ, א ייד אין די דרייסיקער, האט געארבעט אין בארקער לאגער אלס אויפזעער אויף דעם זעלבן אופֿן ווי די דארטיקע אוקראינער. דורך אים האב איך אנגעבונדן די ערשטע קאנטאקטן מיטן לאגער, ווי אויך געשיקט און באקומען ידיעות וועגן אונדזערע מענטשן . 85

passage_558c718e890e669c347646b2