דור ך אי ם (לינטשיצן), או ן דור ך אנדערע, אי ז מי ר געלונגע ן זי ך צ ו באקענע ן מי ט וועמע ן מ׳דארף, או ן אוו י ארו ם צ ו שטיי ן אי ן שטענדיק ן קאנטאק ט מי ט אונדזער ע מענטשן, כד י ניש ט געשטער ט צ ו ווער ן או ן ברענגע ן היל ף א לאגער־ייד, אדע ר צ ו פארזארג ן אי ם א גרינגער ע ארבעט . ד א אי ו אחו ץ ד י דייטש ן או ן ד י אוקראינער, נא ך געווע ן א יידיש ע "אינסטאנץ". אי ן בארק י זענע ן געווע ן דרי י ייד ן פו ן ד י ערשט ע לאגערניקעס. איינע ר מארגוליעס, א רוסישער, א הוי ך אינטעליגענטע ר מענטש. קענענדי ק פערפעק ט דייט ש הא ט ע ר אנגעפיר ט מי ט דע ר לאגער־קאנצעלאריע. דע ר רוצ ח מינקו ס־דע ר לאגע ר פירער־ הא ט געהא ט צ ו אי ם גרוי ס פארטרויען. ער, מארגוליעס, מי ט א יידי ש הארץ, הא ט א ס ך געהאלפן, או ן א ן געלט. ע ר אי ז געווע ן דע ר איינציקער, ווא ס זייענדי ק אי ן א בעסערע ר לאג ע פו ן אנדערע, הא ט דא ס ניש ט אויסגענוצ ט פא ר פערזענלעכ ע אינטערעסן. ד י אנדער ע צוויי, ראטמא ן או ן ענגעלקרייז, בייד ע פו ן לעמבערג, זענע ן שוי ן געווע ן גאנ ץ אנדערש, באזונדער ס ענגעלקרייז. ד י איינצלנע, על־פי־נ ס לעבנגעבליבענע, געדענקע ן זיכע ר ד י גראב ע שטעקנס, ווא ס האב ן זי ך געלאז ט פיל ן אוי ף ארעמ ע יידיש ע פלייצס. צו ם גלי ק הא ב אי ך ראטמאנע ן געקענ ט פו ן פא ר דע ר מלחמה, או ן לגב י מי ר אי ז ע ר געווע ן אי ן ארדענונג. אי ך בי ן געשטאנע ן מיט ן סקאלע ר "יודנראט" אי ן א טעגלעכע ר טעלעפאנישע ר פארבינדונג. אי ך הא ב איבערגעגעב ן זי י וועג ן דע ם מצ ב פו ן יעקב־בע ר טראסאוואוצקי. א ווא ך שפעטע ר אי ז געקומע ן זיי ן זו ן אברה ם אי ם פארבייטן. דא ס אי ז געווע ן דע ר ערשטע ר פא ל פו ן פארבייט ן איינע ם פאר ן אנדערן. ע ס הא ט אוי ך געדראע ט ד י סכנ ה א ז ביי ם פארבייט ן זא ל דע ר לאגער־פירע ר פארהאלט ן ביידע, דערפא ר הא ט ע ס געדויער ט לענגער, בי ז אי ך בי ן געווע ן זיכע ר מיט ן לאגער־פירער ס באשלוס, או ן ערש ט דעמאל ט הא ב אי ך אי ם
אויסגעביטן און יעקב־בערן אהיים געשיקט. ער האט נעבעך נישט געוואוסט, אז אינצווישן איז אין סקאלע דערשאסן געווארן זיין עלטסטער זון הערש. יידן דערשאסן ביי אן אפטריט נאך דעם ערשטן פאל פון פארבייטן, האב איך דאס מערערע מאל דורכגעפירט (זע די רשימה). דערביי זענען טויטפאלן און דערשיסונגען געווען מעשים בכל יום. פנים אל פנים האב איך דאס נאך נישט געהאט בייגעוואוינט, ביז יענעם שרעקלעכן בילד, וואס פארפאלגט מיך ביזן היינטיקן טאג: אין א זוניקן נאכמיטאג, אנהויב מאי, בין איך געגאנגען אין בארקער לאגער אריץ צוזאמען מיט מיין חבר הערש פענסטער פון אזיעראן צו זען זיך מיט מארגוליעס׳ן וועגן עפעס אן ענין. פארבייגייענדיק די דראטן, האבן מיר געזען, ווי אויף א גרינער לאגער־דעקע ווערט געטראגן נחמיה העכטענטאל, אן עלטערער בחור פון אזיעראן. ער איז קראנק געווען אויף א פוס, דערפאר האט מען אים געטראגן. עס זענען גלייכצייטיק געפירט געווארן הערש בלוטשטיין(קאפל׳ס) און יעקב פייערשטיין(אליעזר פייערשטיינ׳ס זון) וואס האט געוואוינט אין אזיעראן. זיי זענען געבראכט געווארן אויסער די דראטן צו דער "לאטרינע"־ א גרויסער, טיפער גרוב פאר אפפאל, וואו מ׳האט אויך אריינגעווארפן טויטע יידן. נחמיה 86