העכטענטא ל אי ז אנידערגעווארפ ן געוואר ן ביי ם ראנ ד פו ן גרוב, ד י אנדער ע צווי י זענע ן אוי ך דאר ט אוועקגעשטעל ט געווארן. אינצוויש ן האב ן זי ך ד י אוקראיניש ע פאליציאנט ן ניש ט געאייל ט מיט ן דערשיסן. דא ם פני ם פו ן נחמיה׳ ן א ליגנדיק ן הא ב אי ך ניש ט געזען. יענקעל ע אי ז געשטאנע ן א פארשטיינערטע ר או ן הער ש קאפל׳ס, מיט ן לאנג ן שווארצ ן אויבערראק, ארומגעבונד ן מי ט א שטריק ל(אי ן דע ר הלבש ה אי ז ע ר געכאפ ט געוואר ן אי ן בארשטשעוו), הא ט א רוהיקע ר ארויסגענומע ן פו ן ערגע ץ א סידור׳ ל או ן קלאפנדי ק זי ך אי ן הארצ ן אריי ן געזאג ט "ע ל חטא". או ן א ט האב ן אפגעהילכ ט ביקס ן קנאל ן או ן אל ע דרי י זענע ן אריינגעפאל ן אי ן דע ר "לאטרינע" (אפטריט) געפינענדיק' דאר ט דע ם קבר.
ציקאנען מענטשן אין נארמאלע צייטן משיג זיין אזעלכע בעסטיאלישע אקטן? דארט אין דעם עמק הבכא איז דער טויט אין אלע זיינע פארמען געווען א טאג־טעגלעכער דערשיינונג. דער גרעסטער טייל איז געשטארבן פון הונגער און פון פשוט פארלירן די כוחות פון שווערער ארבעט. כדי אויפצוהאלטן די מענטשן ביים געזונט איז אין דער ערשטער ריי געווען נויטיק שפייז, און דאך איז געווען פארבונדן מיט גרויסע שוועריקייטן. ערשטנס, איז צו יענער צייט די לאגע אויפן געביט געווען א זייער שלעכטע, אפילו צווישן דער גוישער באפעלקערונג. און אז די פעקלעך זענען שוין געווען פארטיק, זענען ערשט געקומען שוועריקייטן מיטן צושטעלן: עס האבן געפעלט פורן, (פון אידן האט מען פערד שוין געהאט צוגענומען) א ק דאן צרות אויפן וועגן. עס איז אבער געטאן געווארן אלץ מעגלעך אנצוהאלטן דאס כסדרדיקע צושטעלן פון שפייז. איך האב אפילו א געוויסע צייט געלאזט באקן ברויט אין סקאלט(דארט איז די לאגע געווען א פיל בעסערע). עם האט א ביסל געהאלפן, אבער דער משחית איז אנגעגאנגען מיט זיין פארניכטונגס־פלאן, סיי אין דער היים, סיי אין לאגער. אין לאגער אבער זענען די מעטאדן געווען שרעקלעכע, יעדן טאג קרבנות־ווער געשטארבן, ווער געפאלן ביי דער ארבעט, און ווער, זוכנדיק זיך אפצורוען א טאג־ צוויי אין לאגער קראנקענהויז, און איז געכאפט געווארן ביי אן "אויסרייניקונג" פונם קראנקנהויז און דערשאסן געווארן. א וועג אזא קראנקענהויז "רייניקונג", וואס האט צווישן אנדערע געקאסט פינף סקאלער קרבנות, וועל איך דא איבערגעבן:
דעם 5טן יוני 1942 איז דורכגעפירט געווארן אן אינספעקטציע אין לאגער. די מחבלים האבן געזוכט קראנקע און בכלל שוואכע און ארבעטס־ אומפייאיקע. אזעלכע זענען ארויסגענומען געווארן אויסערן לאגער און זענען באלד דערשאסן געווארן. די רוצחים האבן דעמאלט געהאט צוזאמענגעשלעפט א היפשע צאל אידן, צווישן זיי פינף פון אונדזער שטאט סקאלע: אליהו אויגענבליק פון גושטן נחום שענקערמאן אליהו ענגעלבאך (שלמה פרצ׳ס) שלמה שטעקמאן פרץ שעכטער דעם זעלבן אינדערפרי זענען זיי אלע "ליקווידירט" געווארן. 87