דע ר אפגעשניטענע ר קא ס אי ן א זא ק
צומארגנס אינדערפרי ארום 6, איז צו מיר געקומען לייבעלע בראנדעס פון קאראליווקע, א פאר־ארבעטער, א זייער לייטישער יונגערמאן. דערשראקענער, האט ער מיר איבערגעגעבן, אז דער רוצח מינקוס ימ״ש, איז ביים אפעל ארומגעלאפן א בייזער און איצט איז ער,לייבעלע געשיקט געווארן מיך גלייך מיטצוברענגען אין לאגער. ער האט אזוי פאר זיך א זאג געטאן: "אפשר האב איך זיך נישט געטראפן אין דער היים". דאס איז געווען אן אנצוהערעניש, אז אפשר דארף איך אנטלויפן. איך בין אבער מיט א קלאפנדיק הארץ מיטגעגאנגען, זייענדיק זיכער, אז עפעס א פרישע צרה רוקט זיך אן. קומענדיק אין לאגער און צוגייענדיק נאענט צו מינקוסן, האב איך גלייך באמערקט, אז ער ברענט מיט רציחה. דערזעענדיק מיך האט ער א רעווע געטאן: "מארגוליעס". ווען דער לעצטער האט זיך געשטעלט פאר אים, האט דער רשע ווידער ארויסגעלאזט א באפעל: "צייג אים!" מארגוליעס איז אוועק און געבראכט עפעס א זאק און אים אויסגעליידיקט ביי מיינע פיס. איך האב דערזען א מענטשנס קאפ, א פריש אפגעשניטענעם פון א קערפער. דאן האט ער א געשריי געטאן צו מיר: "הויב אויף דעם קאפ פון דער ערד, באטראכט אים גוט און זאג מיר, ווער דאס איז". איך האב אויפגעהויבן דעם קאפ, און כאטש דעם פנים איז געווען פארענדערט האב איך געזען אז דאס איז דער קאפ פון דעם מיט א טאג־פריער דערשאסענעם אליהו ענגעלבאך. איך האב אים דאס געזאגט. ער האט נאך עפעס געזאגט מארגוליעסן און גלייך אוועקגעריטן. פארבלייבנדיק מיט מארגוליעסן אליין, האט ער מיר איבערגעגעבן, וואס עס האט פאסירט. נאך דעם דערשיסן איז עמיצער, ווער ס׳האט געוואוסט, אז אליהו ענגעלבאך האט געהאט גאלדענע ציין, ארויס ביינאכט צום גרוב, געפונען דעם קערפער, אפגעשניטן דעם קאפ,כדי עס זאל זיין גרינג אים אוועקצוטראגן, און מיט עפעס א שווערן קעגנשטאנד אויסגעהאקט די ציין. דער קאפ איז
אינדערפרי געפונען געווארן אין לאגער. עס האט געקאסט גענוג, ביז ס׳איז געלונגען דעם שענדלעכן ענין צו פארווישן און פארמיידן אן אויספארשונג. אין לאגער סטופקי, וואס האט זיך גערעכנט פאר דעם גרינגערן פון די צוויי, איז די לאגע מער־ווייניקער געווען די זעלבע. אפשר א ביסל ווייניקער דערשיסונגען און דער לאגער פירער־פאול סיללער, אן עסטרייכער, איז אפשר געווען א ביסל א קלענערער מערדער. עס איז אפשר כדאי צו געבן אן ענטפער די אלע, וואס זענען דארט נישט געווען, אויף זייערע פראגעס: "הלמאי זענען די לאגער־מענטשן נישט אנטלאפן?" זייענדיק אין א טאג־טעגלעכער פארבינדונג מיט לאגער־מענטשן, און קענענדיק זייער דעמאלטדיקע מענטאליטעט, קען איך מיט זיכערקייט זאגן, אז די לאגערניקעס פון 1942 האבן אלע(אחוץ געציילטע יחידים) אפילו נישט געקלערט פון אנטלויפן, ווייל זיי האבן מיט זייער טאט נישט געוואלט ברענגען קיין אומגליק אויף די איבעריקע אחים לצרה און הויפטזעכלעך אויף זייערע משפחות אין דער היים. פארקערט, די לאגער־יידן זענען געווען שטארק אין כעס אויף די אנטלויפערס, ווייל אין יעדן פאל ווען איינער איז אנטלאפן, פלעגן באשטראפט ווערן די געבליבענע, מיינסטנס שוואכערע און קראנקע. 88