אייך ווילן דא ברענגען א פאראיינצלטן פאל, און איך בין זיכער, אז די רואם זענען אין יענער צייט געווען אין לאגער, וועלן דאס באשטעטיקן: מיט׳ן ערשטן טראנספארט פון אונזער געגענט קיין בארקי, איז אריך געבראכט געווארן פון טשארטקאוו הערש לינדמאן (חיים בעקער ס זון), א געוועזענער סקאלער. אפזייענדיק א געוויסע צייט אין לאגער, איז ער נעלם געווארן. אויפן אנדערן טאג זענען אלם שטראף דערשאסן געווארן צען יידן, דארונטער לייבעלע בלוטשטיין (לאה פון דער מילכ׳ס זון). דערנאך איז דער טשארטקאווער "יודנראט" אויפגעפאדערט געווארן אים (הערשן) צוצושטעלן אדער אן אנדערן. אויב נישט, וועלן זיי טראגן די קאנסעקווענצן. מיטן ווייטערדיקן שפייז־טראנספארט איז געבראכט געווארן דער פאטער, חיים לינדמאן. זיינע ליידן דארט זענען נישט צו באשרייבן. אליין שוין נישט קיין יונגערמאן, האט ער חוץ שווערער ארבעט, אויך געליטן אין לאגער פון די אייגענע פאר די סוקרבנות, וואס זיי ןזון האט גורם געווען. ער האט אויך געליטן הונגער מער פון אנדערע. איינמאל ווען איך בין געקומען צו דער באן־בריק אין בארקי, וואו א טייל פון אונדזערע מענטשן האבן געארבעט, און ווען חיים לינדמאן האט מיך דערזען, איז ער צוגעקומען און א וויינענדיקער צו מיר אזוי געזאגט: "גענוג וואס ביי מיינע יארן דארף איך אזוי שווער ארבעטן, לייד איך נאך מער פון אנדערע. איך ווייס וואס מיין זון האט געטאן, עס איז ריכט אבער נישט מיין שולד, און איצט האב איך צו דיר א בקשה: כאטש איך וואוין לעצטנס אין טשארטקאוו, בין איך אבער פארט א סקאלער, פארזארג מיך מיט ברויט, ווייל דאס ווייניקע וואס דער "יודנראט" שיקט מיר, גיט מען מיר נישט און אויפן לאגער־קעסל אליין קען איך נישט אויסהאלטן". זינט דאן פלעג איך אים רעגלמעסיק געבן ברויט און וואס איך האב געהאט.
א קורצע צייט שפעטער, ווען איך בין איינמאל אין מיטן טאג צוריקגעקומען פון לאגער צו די לינטשיצע׳ס(דארט האב איך געוואוינט), האב איך געטראפן דארט הערש לינדמאן, ווארטנדיק אויף מיר. ווען איך האב אים אויפמערקזאם געמאכט אויף דער סכנה צו זיין דא, האט ער מיר געזאגט, אז ער האט חרטה אויף זיין שריט, וואס האט געקאסט צען קרבנות, און ער וויל אויך ארויסראטעווען זיין פאטער, וואס לייט דורך אים. ער וויל פארבייטן דעם פאטער, נאר ער האט מורא, אז דער טשארטקאווער "יודנראט" וועט אים איבערגעבן צו דער "מאכט" אפיציעל; איז אים וועט מען הענגן און דעם פאטער וועט מען נישט באפרייען. מיר, דאקעגן, וויל ער זיך יא איבערגעבן און אז איך זאל אלץ דערליידיקן. איך האב צוערשט זיך נישט געוואלט אריינמישן, נישט זייענדיק זיכער מיט אים. איך האב אים געהייסן ווארטן און דעם אנדערן טאג האב איך גערעדט מיטן פאטער און אים אלץ דערציילט. ער(דער פאטער) איז געווען קעגן, ווייל ער האט געקענט די סיטואציע. איך האב נאכ גערעדט מיט עטליכע לאגער־ יידן, טשארטקאווער און אנדערע, וועגן דעם ענין און אלע האבן מיך געווארנט דאס נישט צו טאן, ווייל אויב ער וועט זיך באווייזן, וועלן זיי גלייך אים איבערגעבן צו די דייטשן, כדי ער זאל מער קיין מענטש נישט פאראומגליקלעכן. איך וויל נאך באטאנען, אז אזוי האבן גערעדט שטילע, ארנטלעכע מענטשן, וואס איך האב געקענט פון פאר דער מלחמה. איינער פון זיי, א פארארבייטער, האט מיר געזאגט:
89