Original scan
Original memorial-book scan 110
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-801

"אי ר ווייסט, אי ך הא ב ד י מעגלעכקייט כמע ט יעד ן טא ג צ ו אנטלויפן, אי ך ט ו דא ס נישט, כד י אנדערע, וו י אוי ך מיי ן משפחה, זאל ן ניש ט ליידן. מיש ט איי ך נישט", או ן אזו י אי ז דא ס געבליבן. אי ך הא ב הערש ן אל ץ דערצייל ט או ן אי ם געהאלפ ן צ ו פארלאו ן בארקי. ס׳אי ז אוי ך געווע ן א ן ענלעכע ר פא ל מי ט מש ה פעדע ר פו ן טלוסטע. איינמא ל הא ט געטראפ ן אז א מעשה: א פאטע ר מי ט א זון, דארפס־יידן, ווא ס זענע ן פארוואגל ט געוואר ן קיי ן סקאל ע או ן זענע ן דאר ט געכאפ ט געוואר ן בע ת דע ר רעגיסטראציע, זענע ן אנטלאפ ן פו ן סטופקי־לאגער, נא ד ע ס אי ז געווע ן א נס, ווא ס זייענדי ק בע ת מעש ה אויפ׳ ן פלאץ, אי ז מי ר געלונגע ן צ ו פארמייד ן א ן אומגלי ק פו ן דערשיסונגען, וו י אוי ך פו ן שיק ן ערזא ץ פא ר ד י צוויי. או ן זיי, פאטע ר או ן זון, האב ן איבערגעלעב ט ד י מלחמה.

passage_0cc015cf3639a5f86dc232aa
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 803-2431

אין חודש מאי 1942, נא ך איידער מען האט זיך צוגעוואוינט צו די צרות פון דער רעגיסטראציע און צו די פראבלעמען, וואס זענען אויפגעקומען, זענען געקומען צוויי פרישע קלעפ. דער ערשטער, וואס האט אפילו דעם "יודנראט" איבעראשט, איז פארגעקומען אויף פאלגנדיקן אופן: דער קאמיסאריאט פון סקאלער צאל־גרעניץ־שוט מיט דעם רשע הערא ימ״ש האט געלאזט וויסן דעם "יודנראט", אז אין א געוויסן טאג ואלן זיך צושטעלן אלע באאמטע פון "יודנראט", "ארדנונגסדינער" און אלע באשעפטיקטע אין אנדערע צווייגן, וואס אונטערליגן דעם "יודנראט", בכדי די דייטשן ואלן וויסן, ווער עס איז באשעפטיקט און ווער נישט. צו דער אנגעגעבענער צייט האבן זיך אלע צוגעשטעלט. דער רוצח הערא האט גענומען איבערקלייבן די מענטשן און א געוויסע צאל האט ער פארהאלטן. עס האבן נישט געהאלפן קיין אינטערווענצן, ער האט די פארהאלטענע אפגעשיקט קיין טשארטקאוו אין תפיסה. ער האט אויך נאכגעשאסן און פארוואונדעט חיים יאגעט הי״ד, א יודנראט־מיטגליד. די מענטשן זענען אין טשארטקאוו געפייניקט געווארן א צוויי וואכן און ערשט נאך שתדלנות ביים קרייז "יודנראט" איז פאר א היפשן פרייז געלונגען די צוויי יודנראטס־מיטגלידער מאיר זוסיא טאבאק הי״ד, און יבדל לחיים אברהמצי בילגאריי, וואס זענען נישט אפגעטראטן פון טשארטקאוו, אויסצוקויפן א טייל פארכאפטע. די איבעריקע זענען פארשיקט געווארן קיין קאמיאנקא, אדער ראמאנאווע סיעלא, א זייער ביטערער לאגער מיט א יידישן "מושל", ישראל׳יק פון בערעזשאן, א סאדיסט. תיכף איז ווייניק געווען צוויי לאגערן איז צוגעקומען א דריטער, צו וועלכן עס זענען געבראכט געווארן די פאלגנדיקע מענטשן:

passage_5b3b4c2b9109690b461ac3a5
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2433-2836

מענד ל(זיאניע) קלינגער, (אויסגעקויפט אין אויגוסט 1942, אומגעקומען אין דער וואלד־אקציע) בער ל(בובי) בוגא (דארט אומגעקומען אין לאגער) העניך וואקס, (אנטלאפן זומער 1943, אומגעקומען אין וואלד) העניך גילעס, (אומגעקומען אין לאגער) מוני ע זאמער, (אומגעקומען אין לאגער) שמואל וויינשטיין, (אומגעקומען אין סקאלער וואלד) שאול וויינשטיין, (אומגעקומען אין לאגער) 90

passage_e2bddeb3494462c4d9befb05