Original scan
Original memorial-book scan 111
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1049

כמעט אין דער זעלבער צייט איז פארגעקומען א כאפונג און די געכאפטע זענען פארשיקט געווארן קיין בארקי און סטופקי. דא זענען זייערע נעמען; אברהם גאלדשיין, (געכאפט צוויי מאל א לאגער; בארקי און סטופקי, און דארט אומגעקומען) יעקב שניידערמאן, סטופקי, (דארט אומגעקומען) שאול מוידלאוויטש, סטופקי(דארט אומגעקומען) אברהם שווארצאפל, געכאפט צוויי מאל קיץ בארקי, אנטלאפן אין 1943 (אומגעקומען אין וואלד בונקער 1944) פישל פיש, סטופקי(אויסגעקויפט 1942, געשטארבן אין ניו־יארק) מענדל שווארצבאך, סטופקי (דארט אומגעקומען) שלום גאלדשיין, בארקי(דארט אומגעקומען) ישעיה שטיינער (צוויי מאל געכאפט קיץ בארקי, דארט אומגעקומען) יהודה שטיינער, בארקי(דארט אומגעקומען) אליעזר שטיינער, בארקי (דארט אומגעקומען) ישראל פעקער, סטופקי(אויסגעקויפט אין סעפטעמבער 1942, היינט אין ישראל) יעקב פליישמאן, סטופקי(דארט אומגעקומען) ישראל דרעשער, בארקי(אנטלאפן 1943, אומגעקומען שפעטער) משה יאוויץ, סטופקי(דארט אומגעקומען) לייב גאטליב, סטופקי(דארט אומגעקומען)

passage_784a84d19f5a6653e7b807a5
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1051-1903

אויף אזא אופֿן האבן זיך געצויגן די טעג און וואכן אין א״ט די לאגערן, אין וועלכע הונגער־טויט, דערשיסונגען און אנדערע מיתות משונות זענען געווען מעשים בכל יום. נעמענדיק אין באטראכט, אז אונדזערע סקאלער מענטשן זענען געווען בלויז א קליינער טייל צווישן די טויזנטער יידן וואס זענען דארט אומגעקומען, וועט אפשר מעגליך זיין זיך צו שאפן א בילד וועגן דעם, וואס עס איז באמת פארגעקומען אין דעם עמק הבכא, דעם טרערן־טאל, פון גאנצן ראיאן און פון די מוראדיקע באדינגונגען, וואס האבן דארט געהערשט. און באטשט דער מצב אינדערהיים, אין סקאלע, איז נישט געווען קיץ סך בעסער, דאך איז וואך־וועכנטליך געגאנגען הילף פון דערהיים, אין פארם פון עסנווארג, מלבושים און געלט, פאר די לאגער־מענטשן. אויף דעם אופֿן איז געלונגען א געוויסע צאל אויסצוקויפן, אנדערע צו פארבייטן.

passage_27bee03f08ee163349536d18
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1905-2411

די ארבעט וואלט ווייטער אנגעגאנגען ארויסצורייסן מענטשן פון די חיה׳שע לאפעס, אבער דער דייטשער משחית, דער פארטיליקער, איז צוגעטראטן דורכצופירן גרויסע פארניכטונגס־אקציעס אין די שטעט. ערשטנס, כדי צו פארטיליקן יידן אין גרויסע מאסן, צווייטנס צו ליקווידירן יעדע הילפס־ארבעט פאר די לאגער־מענטשן דורך אומברענגען זייערע משפחות, און דערביי אויך צו פאראליזירן יעדע ארגאניזירטע הילף מצד דעם "יודנראט" און צו לאזן די אומגליקלעכע צו זייער אייגענעם גורל. 91

passage_161009c3fbb0635e3748eed1