Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 114
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1214

שונא האטויך דערווייל גענומען אונדז סיסטעמאטיש צו פארניכטן. יעדע ריינער פון אונדז נאך לעבן־געבליבענע האט געוואוסט, אז ער איז פאראורטיילט צום טויט און אז ס׳איז נאר א פראגע פון פוץ טעג, וואכץ, אדער אפשר חדשים, ביז די ריי וועט קומען אויף יעדן איינעם פון אונדז. נאר מיט חיה׳שן לעבנס־אינסטינקט האט יעדער איינער אין פארצווייפלונג געזוכט א וועג זיך צו ראטעווען, אויפ צ ו באהאלטן זיך און אויסמיידן רעם אומברחמנותדיקן גורל. אין געטא גופא איז נישט געווען מער קיין מעגלעכקייט זיך צו ראטעווען. יעדער איינער האט געהאט א באהעלטעניש אדער א בונקער, אבער ווי די פסח־אקציע האט באוויזן, האט מען אין זיי א זיכערע און דויערהאפטע שוץ נישט געפונען. בונקערס און באהעלטענישן זענען מאסנווייז אנטדעקט און אויסגעגעבן געווארן. די לעבן־ געבליבענע סקאלער שרידים אין בארשטשעווער געטא, האבן נאך דער פסח־ אקציע גענומען זוכן וועגן צו ראטעווען זיך מחוץ פון געטא. כאטש די יידן איז פארבאט געווארן צו פארלאזן דאס בארשטשעווער געטא אונטער טויט־שטראף, האבן סקאלער יידן פרט איינצלוויַיז און אין קליינע משפחה־גרופעס אנגעהויבן אנטלויפן פון דארט וואוהין איז מען געלאפן? ־ פארשטייט זיך, קיץ סקאלע.

passage_8311c270849c4c68b2c41d3a
Passage 2normalized OCR · source chars 1216-1466

דאר ט האב ן א טיי ל געהאפ ט צ ו קאנע ן באהאלט ן זי ך בי י היימיש ע פויערים , אבע ר לכתחיל ה האב ן זי ך ד י מערסט ע אריינגעצויגן , בגניבה , אי ן אייגענע , פארלאזענע , ליידיק ע הייזע ר או ן געפונע ן צייטווייליק ע שו ץ אוי ף בוידעמע ר או ן אי ן קעלערס .

passage_9406944508eb8443415b11ac
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1468-3078

ערב שבועות 945 ו, קנאפ 6 וואכן נאך דער פסח־אקציע, האב איך אויך באשלאסן זיך ארויסצוגנבענען פון בארשטשעווער געטא, מיטן ציל זיך צוצועזלאגן קיץ סקאלה און צוריקשיקן פון דארטן קיץ בארשטשעוו א באקאנטן פויער, ער זאל ארויסשמוגלע פון געטא מיין דעמאלט־קראנקן פאטער און אים אויך צוריקברענגען קיץ סקאלה. אויפן מארק אין בארשטשעוו האב איך א געוויסן טאג געטראפן א פויער פון גושטין, וואס האט פאר א סומע געלד מסכים געווען ארויסצושמוגלע מיך פון געטא און מיט זיין פערד און וואגן, מיך צו ברענגען קיין סקאלה. מיין פאטער האט מיך באגלייט ביז צום מארק פלאץ, וואו דער פויער האט געווארט אויף מיר. מיר האבן צוזאמען נערוועז געשפאנט דורך די געטא־גאסן און ביידע געשוויגן. כ׳האב געזען טרערן אין מיין פאטערס אויגן און פארצווייפלונג. נאך מיין מוטערס פטירה מיט דריי חדשים פריער, נאך אונדזער ביידנס טיפוס־ קראנקהייט און די איבערלעבונגען פון די לעצטע עטליכע וואכן זינט דער פסח אקציע, איז ער געווען אינגאנצן צובראכן. פון מיין ברודער שיקע׳ס גורל האבן מיר דעמאלט אויך גארנישט געוואוסט: און איצט איז מיין פאטער געשטאנען פארן צושיידן זיך אויך מיט מיר, זיין צווייטן און איינציקן זון. כ׳האב אנגעהויבן חרטה האבן אויף מיין באשלוס און א דערשלאגענער געפרעגט: "וואס זאגסטו טאטע? זאל איך גיץ צי ניין?" ער האט א וויילע געקוקט אויף מיר מיט זיינע טרויעריקע בלויע אויגן און געענטפערט: "טו, מיין קינד, וואס דיין הארץ הייסט דיר". מיין הארץ האט מיר געזאגט, אז די איינציקע האפענונג צו ראטעווען זיך אץ אויך מיין פאטער איז אויסער געטא.

passage_a1fd3243d57aa29182574d49
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3080-3223

מיר האב ן זיך ארומגענומע ן או ן צעקוש ט או ן איך בין ארויפגעשפרונגע ן אויפן פויעריש ן וואגן . ד י פער ד האב ן א צ י געטא ן רע ם וואג ן 94

passage_7a03e2c9dde1ff0b5580b82f