Original scan
Original memorial-book scan 119
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-795

פון געטא איינוואוינערס זענען מיר אין א קורצער צייט פארוואנדלט געווארן אין וואַלד מענטשן. די נאטור, וואס איז לכתחילה געווען זייער הארב צו אונדז האט זיך ארויסגעוויזן צו זיין פיל מילדער און בעסער ווי די מענטשן־חיות וואס האבן אונז גערודפט. מיד האבן זיך לאנגזאם באקענט מיטן וואַלד און מיט דער צייט איז אונז יעדער וועג און שטעג געווארן היימיש. אויך די וואַלד־חיות און פייגל האבן זיך צוגעוואוינט צו אונז און האבן אונז טאלערירט, מחמת מיד האבן זיי קיינמאל קיין שלעכטס נישט געטאן. פון די וואַלד פייגל האבן מיד זיך אפגעלערנט נאכצומאכן זייערע משונה׳דיקע קולות און דאס גענוצט אויך צו געבן זיך סיגנאלן און סימנים אין די טיפענישן פון וואַלד, ווען מיד האבן גערופן אדער געזוכט איינער דעם צווייטן.

passage_f7ea67b4f433e612b0372659
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 797-2565

אין פארשיידענע טיילן פון וואלד, געוויינלעך אין די געדיכטענישן פון יונגע הראבעס אדער סאסנע־ביימער, האבּן מיד אין די זומער־חדשים אויפגעשטעלט פרימיטיווע "סוכות" און באהעלטענישן, אין וועלכע מיד האבּן געפונען א ביסל שוץ פון די רעגנס און קאלטע נעכט. גלייכצייטיק האבּן מיד אויפגעבויט א דיי פארמאסקירטע, אונטערערדישע בונקערס אויף צו באהאלטן זיך אין אן עת־צרה. אויף דעם געביט זענען מיד שוין געווען דערפארענע מומחים, ווייל די מלאכה האבּן מיד געהאט געלערנט צוערשט אין סקאלע און נאכדעם אין בארשטשעווער געטא. אונדזער דערפארונג איז שנעל צוגעפאסט געווארן צו די וואלד־אומשטענדן און די בונקערס, וואס מיד האבּן אויפגעבויט, זענען יעדעד איינער, געווען גרויס גענוג פאר 6 ביז סו מענטשן. זיי האבּן געהאט פארשטעלטע ווענטילאציע־לעכער, קליינע פייער־לעכער אויף צו קאכן ביינאכט, און דער עיקר, זיי זענען געווען אזוי גוט פארמאסקירט מיט ביימער, בלעטער און צווייגן, אז ס׳איז שווער געווען זיי צו באמערקן. דאס בויען פון באהעלטענישן און אונטערערדישע בונקערס אין פארשידענע טיילן פון וואלד, איז געווען כמעט א שטענדיקע באשעפטיקונג פון אונדזער גרופע, ווייל אונדזערע פירער, חיים גאטעספעלד און יבל״א נחמיה שטאק זענען געווען זייער פארזיכטיק און האבּן פארשטאנען, אז ס׳איז געפערלעך צו בלייבן א לאנגע צייט אויף דעם זעלבן ארט. יעדע עטליכע וואכן פלעגן מיר דערפאר איבערוואנדערן פון איין עק וואלד צום צווייטן און פון איין באהעלטעניש צום צווייטן. מיד פלעגן זיך אויך היטן פון מאכן פייער אין די פלעצער אין וועלכע מיד האבּן זיך אויסבאהאלטן, ווייל דער שטייגנדיקער רויך האט געקענט באמערקט ווערן פון דערווייטנס. אפטמאל, ווען מיד האבּן געהאט אנגעזאמלט וואלד־שוואמען אדער געקראגן אביסל קוקורודז־

passage_e6451f6b394f1a3559c82c68
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2566-3197

מע ל פו ן א פויער,פלעג איך זיך אוועקלאזן טיף אין וואלד אדיין און אין אן אלטן שאנץ, א שוץ גרובן, מאכן א פייער און דארט אפקאכן אביסל געקעכטס. אין די ווינטער חדשים, ווען דער וואלד איז געווען איינגעהילט אין שניי און ס׳איז געווען סיי געפערלעך, סיי אוממעגלעך זיך צו באוועגן, פלעגן מיד נאד קאכן אין די נעכט, פארשטייט זיך ווען ס׳איז געווען וואס צו קאכן . נישט אלע אידן אין וואלד זענען אבער געווען אזוי פארזיכטיק און אפגעהיט ווי אונדזער גרופע. א סך האבן אין וואלד באקומען א געפיל פון פאלשער זיכערקייט, גלויבנדיק, אז די דייטשן און זייערע אוקראינישע 99

passage_25c61129c38e4ab0f02e1465