Original scan
Original memorial-book scan 120
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-921

מיטהעלפער ס וועלן זיך נישט געטרויען צו גיין זוכן יידן אין די וועלדער. א געוויסע צייט אץ צו א געוויסער מאס איז דאס טאקע געווען ריכטיק. אנדערע, ווידער, ווי למשל מיין טייערער שכן הערש שווארצבאך, האבן געגלויבט, אז אין די ענדלאזע וואלד שטרעקעס פון געדיכטע ביימער און צווייגן וועט מען אונז נישט קענען געפינען אץ כאפן. עד היום געדענק איך נאך ווי הערש שווארצבאך האט זיך אמאל אויסגעדריקט, אז "יעדעם בוימעלע האט א טירערלע" דורך וועלכן מען קען אנטלויפן. מחמת אט די פאלשע געפילן פון זיכערקייט האבן אסך יידן אין וואלד נישט צוגעגרייט פאר זיך קיץ באהעלטענישן און בונקערס, האבן זיך כסדר אויפגעהאלטן אין גרויסע גרופעס אויף די זעלבע פלעצער, זענען נישט אפגעהיט געווען מיט מאכן פייער בייטאג און מיט פיל אנדערע זאכן. ווען דאס אומגליק איז געקומען אין וואלד אריין, האבן זיי נעבעך אלע באצאלט מיט זייערע לעבנס.

passage_ee0c3e794b8dce41766f79e8
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 923-2763

ווען נישט דער הונגער, וואס האט אונז שטענדיק ארויסגעטריבן פון אונדזערע באהעלטענישן און פון וואלד, וואלט אונדזער מערכה אין וואלד געווען א פארהעלטעניסמעסיק "לייכטע". נישט איינמאל פלעגן מיד איבעררעדן צווישן זיך ווי לייכט עס וואלט געווען זיך אויסצובאהאלטן אין די וועלדער און בונקערס ווען מיד וואלטן געקענט קרען זאפאסן פון שפייז און וואסער. דער געראנגעל צו שטילן דעם שטענדיקן הונגער אין וואלד און אויף צו דערהאלטן דאס חיות איז אבער געווען אונדזער טאג־טעגלעכע מערכה. בלויז געציילטע סקאלער יידן, וואס האבן זיך אויסבאהאלטן אין וואלד, האבן נאך געהאט מיט זיך אביסל געלט, אדער ווערט־זאכן, כדי צו קענען קויפן ברויט ביי גויים, הגם דאס ארויסגיין פון וואלד אץ זיך צו לאזן צו די פויערים, אויף די "מאזורן", איז אויך געווען פארבונדן מיט דער גרעסטער לעבנס־סכנה. די מערסטע סקאלער יידן זענען אבער אנטלאפן אין וואלד אריץ מיטן לעצטן העמד, אן געלט, אן ווערט ואכן, נאקעט, בארוועס און הונגעריק. דער וואלד איז געווען זייער לעצטע ברירה. זיי האבן נישט געהאט מער קיין אנדערן פלאץ וואוהין צו גיין. אין די ווארעמע זומער חדשים האט מען זיך נאך ווי עס איז אן עצה געגעבן. הונגעריקע וואלד־ייק פלעגן זיך ארויסלאזן אין די נעכט צו באקאנטע סקאלער פויערים און אויסבעטלען, קויפן, אדער אויסבייטן א ווערט זאך, אדער א לעצטע שמאטע אויף א ברויט אדער אביסל מעל. פון די אפענע פעלדער און סעדער פלעגן אויך יידן, אין די נעכט גנבענען אביסל קארטאפלא און גרין אויבסט, כדי צו שטילן זייער הונגער. מיין קוזינע מלכה, למשל, פלעגט אין די זומער חדשים שטריקן אין וואלד סוועטערס פאר אייניקע פוילישע פויערים, פון די "מאזורן", און אזוי ארום פארדינען א ברויט, אדער א פלאש מילך. אגב, דארפן דא דערמאנט ווערן לשבח די מערסטע פוילישע פויערים פון די

passage_8283cd8d9099c3dda803c8ce
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2764-3237

"מאזורן" (א קליינער קאלאני ביי א ראנד פונ וואלד) און דער אוקראינישער וואלד־וועכטער ראדטשוק מיט זיין פרוי, וואס האבן נישט געקוקט אויף דער סכנה, וואס האט אויך אויף זיי געלויערט מצד די דייטשן, אפט ארויסגעוויזן צו אונדז רחמנות און סימפאטיע און האבן מיט זייער הילף, דערמעגלעכט אונדז, די אין וואלד באהאלטענע צו בלייבן לעבן. ווען נישט אז די חסידי אומות העולם, וואלט קיין איין ייד נישט לעבן־געבליבן אין וואלד. 00 ו

passage_951f38607966d4960ce3143a