Original scan
Original memorial-book scan 122
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1309

אחוץ די רוסישע פארטיזאנער, האבן מיר אין א שיינעם זומער־טאג אויך באגעגנט אין וואלד א גרופע פון אונדזער אייגענער יידישער פארטיזאנער אפטיילונג־די אזוי גערופענע "אשענדארף־יונג־באנדע", וואס איז געגרינדעט געווארן אין בארשטשעווער געטא און איז טעטיק געווען אין ציגאנער וואלד ביז דעצעמבער 1945. אין דער גרופע זענען אויך געווען אונדזערע צוויי סקאלעד בחורים: יוסף שווארצבאך און שמערל יעבץ. די אנדערע זענען געווען בארשטשעווער און מילניצער. א טייל פון זיי האבן געטראגן דייטשע מיליטערישע מונדירן און כמעט אלע זענען געווען באוואפנט מיט ביקסן און רעוואלווערן. וועגן זייער טעטיקייט און העלדישן סוף ווערט דערציילט אין "ספר מלחמות הגיטאות״ אין קאפיטל ״הכנופיה היהודית״ זייטן 666־667 און אין "מלחמת הפרטיזנים היהודים במזרח אירופה" פון משה כהנוביץ (זייטן 240־242). די מוטיקע, אנטשלאסענע פנימ׳ער פון אונדזערע בחורים מיט געווער אין די הענט האבן דערהויבן אומחערע דערדריקטע געמיטער און אנגעצונק אין אונדזערע הערצער פייערלעך פון האפנונג. א לאנגע צייט זענען מיר געשטאנען אין וואלד מיט אונדזערע יידישע פארטיזאנער, געהערט זייערע קאמפס־שילדערונגען, אנגערירט און געגלעט מיט באוואונדערונג זייערע ביקסן און שטילערהייט געחלומט וועגן דעם טאג פון נקמה און פרייהייט . •א ■ * *

passage_1e1b04059886d36d1206967c
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1311-2505

אין זומער פון 1943, נאך דער גרויסער דייטשער מפלה ביי סטאלינגראד האבן די סאוויעט־רוסישע ארמייען, לענגאויס דעם מזרח פראנט, און פארטיזאנער פון הינטערלאנד געהאלטן אין איין דריקן אויף די דייטשן און זיי פאראורזאכט גרויסע פארלוסטן. דאס באווייזן־זיך פון פארטיזאנער אויך אין אונדזער געגנט, און די ידיעות, וואס די דייטשן האבן זיכער געהאט וועגן די יידן, וואס דרייען זיך אדום פריי אין וואלד, האבן זיי, ווייזט אויס אלארמירט און באוואויגן צו האנדלען. אין א שפעטן זומער־טאג האט זיך באוויזן איבערן וואלד א קליינער דייטשער אויסשפיר עראפלאן. ער האט נידעריק ארומגעקרייזט איבער די שפיצן ביימער און אראפגעווארפן עטליכע גראנאטן וואס האבן עקספלאדירט מיט א גרויסן קראך, אבער האבן קיינעם נישט געטראפן. מיט עטליכע טעג שפעטער האבן מיר באמערקט אין וואלד אן אומבאקענטן, מאדנע־אנגעטוענעם פויער מיט א האק אין האנט. ער האט געמאכט אן אנשטעל פון א האלץ־העקער און האט פארפירט שמועסן מיט יידן, וואס ער האט געטראפן. אין אמת׳ן איז ער געווען א דייטשער אגענט. פארשיידענע קלאנגן האבן זיך אין יענער צייט דערטראגן צו אונדז און די שטימונג אין וואלד איז געווען א געשפאנטע.

passage_a203250f6000e4960273f7a9
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2507-2961

בערך אַ וואַך ערב ראש השנה תש״ד, אין אַ וואַרעמען אלול פרימארגן, האָבן גרויסע דייטשע ארמיי־אפטיילונגען ארומגערינגלט דעם סקאלער וואלד. מיט אויסגעשטרעקטע באיאנעטן האָבן געדיכטע רייען פון דייטשע סאלדאטן סיסטעמאטיש גענומען "קעמען" דאס וואלד. מיר האבן קוים באוויזן אריינצולויפן אין אונדזערע בונקערס און מיר האבן שוין געהערט זייערע באשטיוולטע טריט איבער אונדזער בונקער און דאס קנאלן פון זייערע ביקסן. די 102

passage_91cec866b7d7fc6a97a30090