Original scan
Original memorial-book scan 123
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-283

פון אונדזער גרופע, וואס האבן באוויזן אריינצולויפן אין די בונקערס זענען ניצול געוואדן. אנדערע זענען לויפנדיק דערשאסן געווארן, אדער זענען פון די דייטשן געכאפט און פארשיקט געווארן אין קאנצענטראציע לאגערן, פון וועלכע קיינער איז מער נישט צוריקגעקומען.

passage_550d1fa4641dafeab477fe30
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 285-2075

די שיסערייען אין דער וואלד־אקציע האבן געדויערט א גאנצן טאג און ביז די נאכט איז צוגעפאלן און ס׳איז אינגאנצן שטיל געווארן, האבן מיד זיך נישט געטרויעט ארויסצוגיין פון די בונקערס. אונדזער גרופע האט געהאט צוויי בונקערס: איינעם אין א שוץ־גרוב פון דער ערשטער וועלט־מלחמה און א צווייטן עטלעכע הונדערט מעטער ווייטער אין א געדיכטן וועלדל פון יונגע סאסנע ביימער. מיט מיד אין ערשטן בונקער זענען געווען מלכה שטאק, יוסף בלוטשטיין מיט זיין פדוי, שרה און זייער 4־יעריק מיידעלע, און חיים גאטעספעלד מיט זיין פדוי בלימע און זייער צוויי און א האלב יעריק מיידעלע ביילע. ווי די קינדער וואלטן באנומען די גרויסע סכנה, האבן זיי זיך די גאנצע צייט פארהאלטן שטיל און זענען כמעט דעם גאנצן טאג געשלאפן. אין צווייטן בונקער האבן זיך אויסבאהאלטן און זענען דעמאלט ניצול געווארן אברהם און שרה פרענקעל, פרידא פרענקעל און אירע טעכטער ריטא און מירא, משה דונאיער, די פדוי שרענצעל מיט איר טעכטערל און נחמיה שטאק. אחוץ אין די בונקערס זענען דעמאלט פון אונדזער גרופע אויך, עלפינס, ניצול געווארן פיניע פרענקעל און יבל״א ריווע שווארצבאך מיט אירע קינדער סוזיע, דוד, און א זויגלינג. אנדערע, וואס האבן נישט באוויזן אריינצולויפן אין די בונקערס, זענען דורך די דייטשן דערשאסן געווארן. ס׳האט געדויערט עטליכע טעג נאך דעם פאגראם ביז מיד האבן אין די געדיכטענישן פון וואלד געפונען אונדזערע הרוגים און זיי מקבר געווען צווישן יונגע סאסנעס. קודם האבן מיד געפונען די קערפערס פון שלמה בלוטשטיין(באקאנט מיטן צונאמען אדמע קאפעלער) און מוניע שרענצעל. דעם צווייטן טאג ראש השנה, נאכגייענדיק דעם ריח פון טויטע קערפערס האבן מיד געפונען הינטער א סאסנע־בוים די קערפערס פון יוליק פרענקעל און פון דער ו 1

passage_df14e753d78b3eacf48de862
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2076-3161

אדער 2 יאריקער יתומה׳ל ע פאנציע טענענבוים. די קערפערס פון הערש שווארצבאך און מיין ליבן חבר מאקס שווארצבאך זענען ביים ראנד פון וואלד, וואו זיי זענען פון דייטשע קוילן געפאלן, באערדיקט געווארן דורך פויערים. אין די אנדערע טיילן פון וואלד, וואו עס האבן זיך פארהאלטן די מערסטע סקאלער שרידים, האבן די דייטשן כמעט אלעמען פארכאפט, אדער אויסגעשאסן, ווייל קיין בונקערס און באהעלטענישן זענען דארט נישט געווען. נאך דער בלוטיקער וואלד־אקציע זענען אונדזערע דערוועקטע האפנונגען אויף איבערצולעבן דעם נאצי־קאשמאר, ווידער גרויזאם צעטראטן געווארן. די הארבסט־רעגנס און קעלט האבן נאך מער פארגרעסערט אונדזער פארצווייפלונג און האפנונגסלאזיקייט. מיד האבן אבער נישט געהאט קיין ברירה און קיין אויסוועג. די נאקעטע ביימער און דער זיך־אנרוקנדיקער ווינטער האבן אונדז געטריבן צו זוכן שוץ אונטער דער ערד, שוץ פאר דער מערדערישער בעסטיע און פאר דעם הארבן פאדאליער ווינטער. אין דער מיט פון דער אזוי־ גערופענער "שייבע" אין סקאלער וואלד, צווישן געדיכטע און נידעריקע סאסנע־ 103

passage_6fdf9a91e7f9ad2a24ac5d73