Original scan
Original memorial-book scan 124
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1470

ביימער, וואס האבן אין ווינטער נישט פארלוירן זייערע נאדלען, האבן מיר זיך אין הארבסט פון 1943 גענומען בויען אונטערערדישע בונקערס. ארבעטס־כלים האבן פאר אונדז געהאט אויסגעבארגט עטליכע פויערים פון די "מאזורן". טעג נאכאנאנד, אין הונגער, קעלט און פחד, האבן מיר געארבעט ביז מיר האבן אויסגעגראבן דריי גרויסע פיר־עקיקע גריבער פון אנדערהאלבן ביז צוויי מעטער די טיף. אין א צווייטן טייל פון וואלד האבן מיד אין די נעכט אויסגעהאקט יונגע, הראבענע ביימער און באדעקט מיט זיי די גריבער, ווי מען באדעקט סוכות מיט סכך, אנגעווארפן אויף זיי בלעטער און ארויפגעשארט אויף זיי א טיפן שיכט ערד. דערנאך האבן מיד פון אויבן צוריק פארפלאנצט די סאסנע בוימער, וואס זענען דארט פריער געשטאנען, און באדעקט דעם באדן צווישן די ביימער מיט דעם זעלבן ברוינעם "טעפיך׳ פון מאסן סאסנע־שפילקעס. א קליין פענסטערל דורך וועלכן א מענטש האט קוים געקענט דורכקריכן, האט געדינט אלס איינציקער אריינגאנג אין בונקער און הויפט־קוואל פון ליכט און לופט. אינעווייניק איז דער פייכטער באדן פון בונקער באדעקט געווארן מיט טרוקענע בלעטער און שמאטעס. אזוי ווי די ענגשאפט איז געווען זייער גרויס, ווייל יעדער איינער האט נישט געהאט מער פלאץ אויף צו ליגן ווי 25 ־ 30 סענטימעטער, איז אין בונקער שטענדיק געווען ווארעם. אין בונקער האט מען בלויז געקענט ליגן, אדער זיצן איינגעבויגן. אויפצושטעלן אדער צו באוועגן זיך איז נישט געווען קיין פלאץ.

passage_bd1d12a7edbf695c3c42a1eb
Passage 2normalized OCR · source chars 1472-2597

אי ן אקטאבע ר 1943 האב ן מי ר זי ך אריינגעצויג ן אי ן ד י ווינטערדיק ע בונקערס . אי ן ד י קומענדיק ע וואכ ן או ן חדשי ם זענע ן צוגעקומע ן צ ו אונדזע ר אונטערערדישע ר קאלאני ע אנדער ע סקאלער , ווא ס האב ן געמוז ט פארלאו ן זייער ע באהעלטעניש ן אי ן שטאט , אדע ר בי י גויים , או ן אנטלויפ ן אי ן וואל ד אריין . בסך ־ הכ ל הא ט אי ן ווינטע ר פו ן 1943 אונדזע ר אונטערערדיש ע וואלד־קאלאני ע געצייל ט 28 נפשו ת או ן צוויש ן זי י זענען , אחו ץ דע ם שרייבע ר פו ן ד י שורות , געווע ן ד י פאלגענדיקע : 15 . ריט ע פרענקע ל 1 . נחמי ה שטא ק 16 . חיי ם גאטעספעל ד 2 . מלכ ה שטא ק 17 . בלימ ע גאטעספעל ד 3 . מש ה דונאיע ר 18 . ביילצי ע גאטעספעל ד 4 . יהודי ת שרענצ ל 19 . בנציו ן קליינמא ן 5 . פיש ל פי ש 20 . מעני ע שאפיר א 6 . שר ה פרענקע ל (שפעטע ר קליינמאן ) 7 . פיני ע פרענקע ל 21 . ישרא ל פליישמא ן 8 . לעא ן (ליאבע ) שטאכע ל 22 . יוס ף בלוטשטיי ן 9 . עטי ע שטאכע ל 23 . חי ה שר ה בלוטשטיי ן 10 . מ וני ע שטאכע ל 24 . מאי ר בלוטשטיי ן 11 . שמוא ל שטאכע ל 25 . שיינד ל בלוטשטיי ן 12 . גיוי ע שטאכע ל 26 . שלו ם גרינבער ג 13 . פרייד ע פרענקע ל 27 . עדז י רייני ש (פו ן בארשטשעוו) . 14 . מיר ע פרענקע ל 104

passage_5dd7d787218cc8738b95b99a