Original scan
Original memorial-book scan 126
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-731

א ודיסער שניי־דעק און יעדע ר טריט אין שניי האט איבערגעלאזט טיפע מענטשלעכע שפורן. אריך דערצו האבן מיר אבער געפונען אן עצה. כדי נישט איבערצולאזן הינטער זיך קיין שפורן אויפן שניי ביים ארויסגיין פון בונקער און ביים צוריקקומען, האבן מיר צוגעגרייט זעקלעך מיט שטרוי, זיי אויסגעלייגט פאר זיך אויפן שניי און מיט דער הילף פון שטעקנס, ווי אויף שטאלצן, געשפאנט איבער זיי. נאכן יעדן שריט, שטייענדיק אויף איין זאק שטרוי, האבן מיר א צווייטן זאק געלייגט פאר זיך און אזוי לאנגזאם, שפאנענדיק פון זאק צו זאק, זענען מיר צוגעקומען פון אונדזערע בונקערס, פון די וואלד־טיפענישן, צום אויסגעטרא טענעם וואלד־וועג און פון דארט שוין ווייטער געשפאנט אן זעק.

passage_11d3a3293f967b01278c8f76
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 733-1752

דאס ברויט און אמאל אויך אנדערע לעבנסמיטל, וואס מען האט באוויזן צו קריגן ביי די גויים, זענען פארזיכטיק און שטרענג ראציאנירט געווארן, ווייל אפטמאל האבן די מאגערע זאפאסן געדארפט דויערן אויף צוויי, אדער דריי וואכן דורכאנאנד. אין פארלויף פון lange ווינטער חדשים איז אונדזער טעגלעכ דיעטע באשטאנען פון טרוקענע, ראציאנירטע פענעצלעך פון ראזעווע ברויט, וואס איז אפטמאל געווען האלב־רוי, אדער האלב פארשימלט. אויך וואסער איז געווען ראציאנירט, ווייל נישט מיר האבן געהאט די כלים און ניטמיד האבן געקענט אריינברענגען פון דרויסן גענוג וואסער אין די בונקערס . צוזאמען מיט די מאגערע לעבנסמיטלען, וואס יעדע עקספעדיציע האט צוריקגעבראכט אין די בונקערס,זענען אבער אפט מיטגעבראכט געווארן אויך גוטע נייעס וועגן די דייטשע מפלות. מיר האבן זיך לאנגזאם דערוואוסט, אז אונדזער בלוטיקער שונא ווערט באזיגט און צעשמעטערט אויף די שלאכט פעלדער. אבער צי מיר וועלן דערלעבן צו זען זיין מפלה, האבן מיר נישט געוואוסט.

passage_9664beb93e9c480ef71341cb
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1754-3048

ס׳איז געווען שווער געװען צו האפן און צו טרוימען וועגן אונדזער באפרייאונג און נישט איינמאל פלעגן מיר פרעגן זיך אליין פארוואס זאל דער גורל דווקא אונדז אויסוויילן צו זיין די אויסדערוויילטע מיט וואס זענען מיר בעסער פון אונדזערע מאמעס, טאטעס, ברידער און שוועסטער, וואס זענען אזוי אומברחמנות׳דיק אומגעבראכט געווארן פאר אונדזערע אויגן? אט די פראגע האבן שטענדיק געעקבערט אין אונדזערע מוחות און דערדריקט אונדזערע שווערע און ביטערע געמיטער. אבער נישט שטענדיק האבן מיר געקענט זיין אין א מרה־ שחורה׳דיקער שטימונג. אפילו אין די אפגרונטן פון בונקער, ווען אונדזערע לעבנס האבן געהאנגן אויף א האר, האבן מיר אפטמאל מיט כח גענומען פארטרייבן דעם אומעט. מיר האבן זיך געפרואוועט וויצלען, מיר האבן געזונגען פאלקס־לידער און סתם געשמועסט. איינער פון די פאפולערע בונקער־דיאלאגן איז געווען אזוי: "וואס וואלסטו, למשל, היינט געוואלט עסן פאר אוונט־ברויט, אפאר געפרעגלטע אייער מיט פרישע זעמעלעך מיט פוטער, אדער גרויסע, גענדזענע גריוון אויף א הייסן טעלער קארטאפל?" יעדער איינער וואס האט זיך באטייליקט אין אט דעם פאפולערן "ספארט", האט זיך באמיט וואס מער איבערצוטרייבן מיט זיינע שילדערונגען פון יידישע מאכלים, וואס מיר האבן שוין לאנג נישט געהאט געזען

passage_42ecd174155806a9d42ba300