אוֹן נאֹר דער געדאנק אַליין האט אנגעפילט דעם מויל מיט סלינוע. אין די לאנגע, פראסטיקע ווינטער־נעכט, רוק דער וואלד איז געלעגן געקאוועט אין א פאנצער פון שניי און אייז און מיר זענען געלעגן אונטער דער ערד, אין בונקער און ביים שוואכן ליכט פון א נאפט־קאניצל גערעדט צווישן זיך, פלעגן זיך כמעט שטענדיק ארויסרייסן פון אונדזערע צעווייטאקטע הערצער אלטע יידישע ניגונים און מעלאנכאלישע פאלקס־לידער פון אמאליקע פיעסעס. כ׳געדענק באזונדערס א ליד, וואט ישראל פליישמאן פלעגט זינגען מיט זיין טיפער, בענקענדיקער שטימע, און וואס פלעגט שטענדיק ארויסרופן ביי מיד טרערן. אט זענען די ווערטער פון דעם ליד: מיין מאמע האט מיך אויפגעצויגן מיט דער גרעסטער צערטליכקייט; געציטערט האט זי איבער מיר ביז גאר, פאר מיר זיך אייסצובייטן איז זי באלד געווען בארייט; ווען איר קינד זאל עפעס גאר געשען. זי פלעגט שוין דעמאלט גאנצע נעכט נישט שלאפן, געוואכט האט זי נאר שטענדיק ביי מיין בעט: געבעט ב גאט אז ער זאל זי נישט שטראפן און ביז היינט פיל איך איר צארטן גלעט. ווייל א היים איז גוט צו האבן ווער קען דאס פילן בעסער נאך ווי איך. ווען לעבעדיק מען ליגט באגראבן, און איעדער שטויסט מיך אפ פון זיך. *
באזונדערס צוגעפאסט צו אונדזער געמיט און מצב איז געווען די לעצטע סטראפע (דער רעפריין) פון ליד און עם פלעגט זיך מיט אויסווייזן, אז דער אומבאקאנטער מחבר האט די שורות ספעציעל געהאט אנגעשריבן פאר אונדז. אחוץ אונזער אונטערערדישער וואלד־קאלאניע זענען, נאך דער גרויסער "אקציע", געווען אין פארשידענע טיילן פון וואלד, צוויי אדער מער בונקערס, אין וועלכע סקאלער יידן־מענער, פרויען און קינדער־האבן זיך געפרואווט ראטעווען. די גרויזאמע האנט פון אוקראינישע מערדער־פאליציאנטן און בלוטדורשטיקע פארעטערס, האט זיי אבער דערגרייכט און זיי זענען אויף א בעסטיאלישן אופן דערמארדעט געווארן. איינער פון די צוויי בונקערם, אין וועלכן עס האבן זיך אויסבאהאלטן צווישן 12 און 5ו סקאלער יידן, איז סוף אקטאבער 1943 אנטדעקט און ליקווידירט געווארן. די אוקראינישע פאליציאנטן זענען ארויף אויף די שפורן פון דעם בונקער ווען זיי האבן מחוץ פון וואלד געכאפט מאקס ברעטשניידער פון ציגאן. זיי האבן אים געפייניקט און געשלאגן, ביז ער האט זיי צוגעפירט צו דעם בונקער אין וועלכן ער אליין האט זיך געהאט באהאלטן. *דאס ליד איז פץ דער פיעסע "מאטיע־מלך דער סטאליער׳ / וואס איז אמאל געשטעלט געווארן אץ סקאלע דורך דעם אמאטארן טעאטער. 07ו