די מערדערס האבן צוערשט אריינגעשאסן אין בונקער, כדי אנצואווארפן א טויט־ שרעק אריף די יידן, אבער ווען קיינער איז פון בונקער נישט ארויסגעקומען, האבן זיי אריינגעווארפן אין בונקער ברענענדיקע סנאפעס שטרוי. ווען דער רויך האט זיי אנגעהויבן צו שטיקן אין בונקער, האבן די אומגליקלעכע גענומען ארויסקריכן און דאן האבן זיי די מערדער איינציקווייז דערשאסן. ביי דעם דאזיקן בונקער זענען דעמאלט צווישן אנדערע, אומגעבראכט געווארן די פאלגנדע קדושים: משה שווארצבאך (ויידע שווארצבאכ׳ס זון) מיט א קינד, אהרון־שמואל שאפירא, משה וויינגאסט, ישראל בלוטשטיין, (ישראל לייזער הרנ׳ס) אייזיק גאלדשטיין (דער לעמבערגער), חיה עדעלשטיין און איר ון ישעיה הערשער (שייע באסיעס), בערל שווארצבאך, (בערל כדלעומר) און א געוויסער סעגאל פון בארשטשעוו. על פי נם זענען דאן ניצול געווארן בנציון קליינמאן און מעניע שאפירא, וואס האבן שפעטער דערציילט וועגן דער טראגעדיע.
דער צווייטער וואלד־בונקער איז אנטדעקט געווארן בלויז דריי וואכן פאר דער באפרייאונג און די יידן וואס האבן כמעט געהאט איבערגעלעבט דעם נאצי־קאשמאר, זענען אויף א גרויזאמען אופן דערמארדעט געווארן. ווי עס דערציילט שלום גרינבערג, דער איינציקער לעבנגעבליבענער פון דעם בונקער, זענען דריי אוקראינישע פאליציאנטן(רעמבאכא, יאקובישן און א דריטער, אן אומבאקאנטער) צוגעפירט געווארן צום בונקער דורך א יונגן אוקראינער, אן איידעם פון דעם וואלד־וועכטער טשעפעסיוק. דער בונקער האט זיך טאקע געפונען נישט ווייט פון טשעפעסיוקס שטוב, און דער גוי האט, ווייזט אויס, נאכגעשפירט, אדער באמערקט די יידן נעבן בונקער. די מערדערס האבן געבראכט מיט זיך שטרוי, האבן אונטערגעצונדן דאס שטדוי און עס אריינגעשטופט אין בונקער אריין, כדי מיט דעם רויך צו צווינגען די יידן ארויסצוקומען. דער שטיקנדיקער רויך האט א טייל פון די אומגליקליכע ארויסגעטריבן פון בונקער און די אוקראינישע מערדער האבן זיי קאלטבלוטיק דערשאסן אויפן ארט. די איבעריקע זענען אין דעם בונקער דערשטיקט און פארברענט געווארן. די אכזריות פון די מערדערס איז געווען אזוי גרויס, אז זיי האבן געצוואונגען שלום גרינבערג, וואס איז ארויס פון בונקער צו שטיין ביים אריינגאנג און צו שארן מיט א שטעקן דאס פייער, כדי עס זאל נישט אויסגיין. אין בונקער זענען צווישן אנדערע, אויך פארברענט געווארן שלום גרינבערגס פאטער און שוועסטער. ער אליין איז על פי נס ניצול געווארן ווען ער האט זיי צוגעזאגט געלט און פירנדיק אים צום שטאטישן בית־עולם, איז ער פון זיי אנטרונען געווארן.
אזוי ארום זענען, קורץ פאר דער באפרייאונג פון סקאלה דורך דער רויטער ארמיי, אנהויב מערץ 1944, אומגעבראכט געווארן אין צווייטן בונקער, צווישן אנדערע, די פאלגנדיקע סקאלער קדושים: אברהם גרינבערג, העניע גרינבערג, טויבע ווייזינגער, אברהם (בומע) ווייזינגער, איציע גאלדשטיין(עזריאל דעם קצב׳ס זון), אברהם שווארצאפל (דער טרעגער), עלקע פייערשטיין(פון גושטין), משה׳לע וואלעך, אלטער ראזענצווייג און נוסקע ראזענצווייג (פון בורדיקאוויץ), נתן וויינרויב (מוץ) און דינה שווארצבאך (דעם שטריקדרייערס טאכטער).