Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 129
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-916

ס׳איז ווינטער אין וואַלד סוף דעצעמבער 943 ו. א ווייסער פוכיקער שניי באדעקט די ביימער און גלאנצט אראפ פון די צווייגן מיט מיליאנען בריליאנטענע שפיגעלעך. א שטילע מעלאנכאליע הענגט איבער אונדז. אין בונקער איז ווארעם, און כדי צו שטילן דעם הונגער און דארשט, "פראדוצירן" מיר וואסער פון שניי. מיד דריקן דעם פוכיקן שניי צונויף אין הארטע קנוילן, שטופן זיי אדיין אין גלעזער, הויכן אויף זיי מיט אונדזערע אטעמס און ווארטן געדולדיק ביז פון די גרויסע קנוילן שניי קומען ארויס עטליכע לעפלעך וואסער אויף צו דערקוויקן דעם טרוקענעם גומען. די ארבעט איז לאנג און לאנגזאם, אבער קיינער ווערט נישט מיד. פון צייט צו צייט רוקט עמיצער פון אונדז ארויס דעם קאפ פון בונקער און ברענגט צוריק אדיין א פרישן קנויכל פון ווייסן שניי, די מלאכה זאל ווייטער קענען אנגיין. פלוצים, ווען נחמיה שטאק רוקט ארויס דעם קאפ פון בונקער,

passage_3876d0f2eccd69b95f7237b4
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 918-2526

דער הערט א רעפעס א גערויש צווישן די סאסנע־ביימער און דערזעט בלויז עטלעכע שריט פון בונקער די באשטיוולטע פיס פון אן אוקראינישן פאליציאנט. א סעקונדע בלייבט ער פארגליווערט און ווייסט נישט וואס צו טאן, אבער באלד לאזט ער זיך צוריק אראפ אין בונקער און שטאמלט ארויס, א טויט־בלאסער בלויז צוויי ווערטער: "פאליציאנטן, אנטלויפט". ער אליין שפרינגט ארויס פון בונקער און לאזט זיך לויפן אין א ריכטונג אוועק פונעם פאליציאנט און מיד פאלגט אים נאך און הויבט אן צו לויפן צווישן די ביימער אין שניי. עטליכע ביקסן־שאס האבן אפגעהילכט איבער אונדזערע קעפ, אבער נאך עטליכע מינוט איז דער וואלד ווידער איינגעהילט געווארן אין א טיפער שטילקייט. ארויסגעוויזן האט זיך אט וואס: אן אוקראינישער פאליציאנט איז ערב דער קריסטלעכער חגא געקומען אין וואלד אליין אויסצוהאקן זיך א יונג סאסנע־בויםעלע און איז צוזאמען מיטן וואלד־וועכטער פונקט דערגאנען צו יענעם וואלד־ווינקל, וואו מיד זענען געליגן באהאלטן אין די בונקערס. ווען מיד האבן אים באמערקט צווישן די בוימער און אנגעהויבן צו לויפן, האט ער אליין זיך אויך דערשראקן, האט אויסגעשאסן עטלעכע מאל פון זיין ביקס און איז ארויס פון וואלד. פיל שפעטער האבן מיד זיך ערשט דערוואוסט פץ וואלד־וועכטער, וואס עס איז געשען, אבער אין יענעם מאמענט זענען מיד זיכער געווען אז עמיצער האט אונז באמערקט און פארמסרט אונדזערע בונקערס, און אז מערערע פאליציאנטן זענען אונז געקומען זוכן אין וואלד. מיר האבן דעריבער גלייך באשלאסן צו פארלאזן אונדזערע בונקערס און אנדערשוואו זוכן צייטווייליגע באהעלטענישן.

passage_c61a321673b03ad8476826dc
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2528-3189

ס׳איז געווען ביטער קאלט און דער שניי איז געווען טיף ביז צו די קני. נאקעטע, בארוועסע, איינגעוויקלט אין שמאטעס, זענען מיד אין מיטן טאג אוועק פון די בונקערס אין די סאסנעס און זענען אדיין אין אונדזערע אלטע, פארלאזענע בונקערס נישט ווייט פון די "מאזורן", וואו מיד האבן איבעתעלעבט דעם גרויסן וואלד־פאגראם אין סעפטעמבער. ערשט נאכן באפרייאונג האבן מיד זיך דערוואוסט, אז עטליכע וואכן נאך דעם אינצידענט, נאך וועלכן מיד האבן פארלאזט די בונקערס צווישן די סאסנעס, זענען דייטשע סאלדאטן געגאנגען אויף יאגד אין וואלד און נאכלויפנדיק אין די סאסנעס נאך ווילדע חזירים, האבן זיי 09 ו

passage_efb894ed5a7e04ce8734078d