סאסי ע צימערמאן (גאטעספעלד) פרקים פון טאגבוך * 1943. ו. 25 מיין מאץ איז געלונגען אויסצוגעפינען אן ארימען פויער, וואס האט געוואוינט ביי דער גרעניץ, און וואס איז געווען גרייט מיך און מיין קינד אריינצונעמען אויף עטליכע חדשים. מחמת דער דאזיקער פויער האט געוואוינט נישט ווייט פון גרעניץ (מיט דער אמאליקער רוסלאנד) איז ער געווען געוואוינט צו שמוגלעריי און אויך אויסצובאהאלטן זיינע "מעשים" פאר א "בייזן" אויג. דערביי איז ער געווען א פוילער, לייכטגלויביק און אבערגלויביק. עם איז גענוג, אז א פויער זאל אים דערציילן, אז מען האט ערגעץ פארשפארט א גוי דערפאר, וואס ער האט איבערגעהאלטן א יידן, און זיין גאנצע ענערגיע און ריזיקאלישער מוט ווערן אין איין אויגנבליק צערונען און עם טוט אים שוין באנג אויף דער גאנצער זאך. ער וואלט מיך שוין געוואלט זען אויף יענער זייט טיר, נאר צום גליק איז ער ראך א פוילער און אלץ לייגט ער אפ אויף שפעטער, און שפעטער כאפט ער א ישוב הדעת.
ער איז געטריי און איבערגעגעבן. ער גייט יעדע וואך אין שטאט קויפן פאר אונדז פראוויאנט, בכדי מיר זאלן נישט הונגערן. אויך דאס גיין געהערט צו זיינע ליידנשאפטן, אבער נישט גיך, ער האט צייט. אפגעגאנגען א שטיקל וועג, זעצט ער זיך אוועק און כאפט א דרימל און שפעטער גייט ער ווייטער. עס מאכט נישט אויס וואס זיין ווייב קריגט זיך מיט אים, ער לאזט זי רעדן און זאגט, אז דאס אלץ גייט אים אן ווי דער פאראיאריקער שניי. א גאנץ קעגנזעצלעכער טיפ איז זיין ווייב, זי איז אויך אזוי ווי אלע אירע שוועסטער און ברידער, די אוקראינער. עס געפעלט איר זייער וואס מען מאכט א סוף צו די יידן, זי איז צופרידן דערפון. אונדז האלט זי דערפאר, ווייל זי איז ארעם, אבער עס איז איר גארנישט ליב דאס גאנצע גוטס וואס זי געניסט א דאנק אונדז, ווייל זי וויל נישט און קען נישט העלפן קיין יידן. עס איז ביי איר די גרעסטע בושה ווען מען דערוויסט זיך אז זי האלט איבער יידן. זי האלט זיך אין איין קריגן מיט איר מאן איבער אונדז. דעמאלט ווען זי באקומט א שיינעם פרעזענט פון אונדז איז זי צו אונדז גוט, אבער דאס געדויערט * געשריבן בעת די חדשים און יארן פון דער שואה. דער פולער אריגינאל געפינט זיך אין "יד ושם" ירושלים. 112