Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 134
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-339

ווער ט צו אונז זזייער ליבנסווירדיק. זי ברענגט אונז מילך, אייער, און זאגט, אז זי וואלט אונז געהאלטן איבער דעם קריג, ווען די גאולה פארשפעטיקט זיך אפילו. מיר קענען זי גוט און מיר ווייסן אז זי איז א "פיין לייטיש ווייבל", אזוי רופן מיר זי פון דער ערשטער מינוט, פון זינט מיר האבן זי דערקענט .

passage_8474bfcf47e38229a1b2ea5c
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 341-2189

עס געדויערט קוים א קורצע צייט און עס נעמט א סוף צו אונדזערע דערווארטונגען און האפענונגען. די רוסישע אפענסיווע איז אפגעשטעלט געווארן און צוזאמען מיט איר איז באגראבן געווארן די האפענונג ניצול צו ווערן פון דעם זיכערן טויט. מיד זענען נאך טרויעריקער געווארן, אנטוישט און פארצווייפלט. מיין בעל הבית איז זייער צעטומלט, ער האט געגלויבט אז ער וועט אין קורצן פארענדיקן "ס׳געשעפט" און צום סוף זעט זיך נישט ארויס. דערווייל רוקט זיך דער ווינטער אוועק און עס קומט דער פרילינג. אין מיין לעבן קומט נישט קיין שום ענדערונג. איך טראכט, אז איך מוז פארלאזן מיין תפיסה, זאל זיין וואס עס וויל, איך קען שוין מער נישט אויסהאלטן. דער דרויסן, די גאנצע נאטור לאקט און רופט. אונדזערע בעל בתים פארברענגען כמעט א גאנצן טאג אין דרויסן און ווארעמען זיך אויף דער פרילינג־זון. דורך מיין קליין פענצטערל זע איך דעם שיינעם, בלויען פרילינגס־הימל. דאס טייכל, וואס פליסט ארום אונדזער הייזל, האט זיך אויפגעוועקט פון זיין ווינטערדיקער פארפרוירנקייט און עס פליסט מורמלענדיק, אזוי שטיל. אויך דאס וועלדל נעבן טייכל האט אנגעהויבן א ניי לעבן. טויזנטער קלינגענדיקע קולות פון אומצאליקע פייגעלעך פארהילכן דאס גאנצע וועלדל, וואס ווערט פון טאג צו טאג גרינער און שפראצט מיט לעבן. נאר איך מיט מיין קינד זענען פארשפארט און זעען נישט קיין אויסוועג. מיין מאן קומט און ברענגט מיר פרישע בלוטיקע בשורות. עס איז ער ב נייע פאגראמען. די נאציאנאלע אוקראינער, וואס צו זיי געהערט צום מיינסטן די גאנצע אינטעליגענץ, זיי רוען נישט, מאכן באזוכן ביי דער געסטאפא, מען זאל וואס שנעלער ענדיקן מיט די יידן. און עס הייבט זיך אן, יעדע דריי־פיר וואכן פאגראמען, וואס רייסן אויס אין משך פון געציילטע טעג טויזנטער יונגע לעבנס. מיין באלעבאסטע ווינאר זי הערט, אז

passage_7eac54f5306e4d3f1004a8d8
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2190-3388

ע ס האל ט ער ב א פאגראם, גיי ט ז י קי ץ בארשטשאוו, בכד י צ ו זען, וו י מע ן קוילע ט יידן. ווע ן ז י קומ ט צורי ק אהיי ם מאכ ט ז י אונד ז חושך. ז י דערצייל ט אונד ז גענוי, וו י אזו י "דאס" קומ ט פאר, מי ט דע ר גאנצע ר גראבקיי ט פו ן אי ר נאטור. או ן צ ו לעצ ט זאג ט ז י אונדז, מי ר זאל ן זי ך פארנעמען, וויי ל ז י הא ט מור א אונד ז צ ו האלטן, או ן ווא ס ווע ט ז י טא ן אוי ב ע ס ווע ט ווער ן יידן־ריין. ער, דע ר בע ל הבי ת זארג ט זיך, אי ז זייע ר איבערגעשראק ן או ן זאגט, א ז אוי ב ע ס ווע ט ווער ן א ן ענד ע מי ט יידן, ווע ט ע ר אונד ז ארויספיר ן אי ן וואל ד או ן ווייטע ר גיי ט אי ם גארניש ט אן. מי ר האב ן זייע ר "גוטע" פערספעקטיוון. מי ר זעען, א ז ע ס דערנענטער ט זי ך דע ר טא ג פו ן פולשטענדיק ן אונטערגאנג. צ ו ד י פאגראמע ן נעמ ט ניש ט קי ץ סוף. ע ס פעל ן שוי ן כמע ט אל ע אונדזער ע באקאנטע, אוי ך פו ן אונדזע ר פאמילי ע פאל ן אל ע מא ל ניי ע קרבנות. אי ך בי ן שו ץ גענצלע ך צעווייטיק ט או ן רעזיגנירט. זייע ר אפ ט ווי ל אי ך ע ס זא ל שוי ן נעמע ן א סו ף צ ו אונדזע ר לעב ן או ן צ ו אונדזער ע ליידן. נא ר מיי ן קינ ד אי ז מי ר א שאד, ע ס בלי ט וו י א שיינ ע בלו ם או ן אי ך וואל ט וועל ן ע ס פארהיט ן פו ן דע ם שרעקלעכ ן טויט. זייע ר אפ ט טראכ ט איך, א ז 4 ו ו

passage_a19d40b0b2bae6a84446d4ac