דאס גלייכסט וואלט געווע ן ווען איך מאך א סוף צו זיין לעבן בשעת עס שלאפט , כדי עס זאל נישט דארפן איבערלעבן די שרעקלעכע מינוט פון פארצווייפלונג ווען מען קוקט דעם טויט אין די אויגן . אזעלכע געדאנקען פארשווינדן אבער שנעל און איך מאך מיר אויפֿס׳ניי אילוזיעס , אפשר וועט מיר געלונגען מיין קינד דורכצושמוגלען און מיר וועלן בלייבן לעבן . נאך לאנגער מ י געלינגט אונדז , מיין מאן און מיר , צו פועלן ביים פויער , ער זאל אונז אויסגראבן א גרוב , ווייט פון זיין הויז , מיר וועלן דארט ליגן און זאל ער אונז ברענגען יעדן טאג ברויט און וואסער . דאס זענען אונדזערע "אויסזיכטן " און דאס איז אונדזער האפענונג אויף דער צוקונפט . דערווייל ווערט אונזער לאגע וואס אמאל טרויעריקער . א ט איז שוין דער זעקסטער חודש פון אונזער באהעלטעניש דא . און מיט דעם דאזיקן חודש קומען אן די פינצטערע ידיעות וועגן דער פולשטענדיקער ליקווידאציע פון לעצטן רעשטל יידן אין סקאלע . אונזער פויער טרעט איצט נישט אפ פון מיין שטיבל , אריין און אדויס .
ע ר האל ט זי ך אי ן איי ן זארג ן מי ט אונדז , ע ר ווייס ט ניש ט צ י ע ד ווע ט קענע ן אונד ז איבערהאלטן . דערבי י קומע ן שכנים , זייע ר איינציקע ר שמוע ס אי ז וו י מע ן הרגע ט יידן . זי י רעד ן דערפו ן מי ט אז א גלייכגילטיקיי ט או ן אז א זעלבסטפארשטענדלעכקייט , גליי ך וו י ע ס וואל ט זי ך געהאנדל ט וועג ן ד י שיקאגע ד שעכט־הייזע ר פו ן בהמות . זי י זענע ן גענצלע ך אפגעטעמפ ט פו ן יעד ן מענטשלעכ ן געפי ל או ן ווייז ן ניש ט ארוי ס דא ס קלענסט ע רחמנות .
נארך אז א געשפרעך מיט די שכנים, צו וועלכן איך הער מיך צו מיט אסך פארביטערונג, געדויערט נישט לאנג און מיין באלעבאסטע קומט מיר געבן א פרישע לעקציע. עס הויבט זיך אן דאס אלטע לידל. וואו וועל איך מיך אהינטאן? זי האט מורא, זי וויל גארנישט, זי וויל נישט קיין געלד און וויל נישט האלטן קיין מענטשן וואס מוזן פארניכטעט ווערן. איך בויג אראפ דעם קאפ, איך בעט, איך בעטלי איר אפאר טעג לעבן, זי זאל מיר דערלויבן דא נאך צו זיין מיט מיין קינד. וואס איך וועל דעמאלט באשטימען ווייס איך נישט, אבער מיין קינד וויינט, ער וויל נישט שטארבן און מיך באפאלט א משוגעת ווען איך זע מיין קינד׳ס פארצווייפלטע אייגעלעך און ציטערנדיק פנים׳ל. ער קען נישט אויפנעמען דעם געדאנק, אז ער וועט אין מיטן זיינע שיינע קינדערשע טרוימען אונטערגיין. איך פתואו אים נישט איין מאל איינרעדן, אז עס איז נישט אזוי שרעקלעך, עס געדויערט בלויז איין אויגנבליק און עס נעמט א סוף צום לעבן. דערפאר, וועט ער, מיין קינד, אנהויבן א שיינעם לעבן אויף אן אנדערער וועלט. איך זאג אים, אז ער האט א ווייס־קרישטאלענע נשמה, וואס איז נאך נישט באפלעקט פון זינד און נישט פון זינדיקע מחשבות. איך דערצייל אים, אז דארט אין די העכערע עולמות וועט ער זיין א קינדער־מלאך וואס וועט שטיין ביים כסא־הכבוד פון דעם העכסטן מלך און ער און זיינע חברים וועלן זיין די עדות ביים משפט אין וועלכן מען וועט משפט׳ן די רוצחים, וואס האבן אויסגעמארדעוועט אזוי פיל אומשולדיקע ריינע קינדער־נשמות.
מייען קינד איז אבער נישט געבוירן אין א טיף־גלויביקער תקופה. ער 5 ו ו