Original scan
Original memorial-book scan 140
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1860

מיטערפחדאוץ הארץ־קלאפן ווארטאיך אויף מיין מאן צוריקקער. עס איז שוין לאנג נאך האלב ע נאכט ווען איך דערהער טריט. און אין א קורצער צייט דערזע איך מיין מאן צוזאמען מיט מיין אלטן גוטמוטיקן בעל הבית. ער גייט ווי תמיד בארוועס, אין א פאר צוריסענע הויזן און א העמד נישט פארמאכט וואס אנטבלויזט אים גענצליך זיין ברוסט. איך זע אז ער איז אביסל צוטומלט, אבער איך דערוויס זיך גלייך די סיבה: זיין ווייב האט אונז בשום אופן נישט געוואלט צוריקנעמען. מיין מאן האט איר צוגעזאגט צו געבן וואס זי וועט וועלן, ביז ענדלעך ער האט אויף איר געווירקט און מיין בעל הבית איז געקומען נאך מיר. ווי נאר איך האב אים דערזען איז מיר לייכטער געווארן, איך האב שוין אן אנשפאר. ער האט דאס קינד גענומען אויף זיינע פלייצעס און איך מיט מיין מאן זענען נאבגעגאנגען. ענדלעך זענען מיר געקומען נאענט צו זיין הייזל, וואס שטייט ביים וועג. אבער רא מוז מען זיין זייער פארזיכטיק, אלע מאל גייען דא נאכט־וואכן, און מיר שיקן דעם פויער צוערשט אויסשפיאנירן צי מיר קענען גיין. ער מאכט אונז א צייכן: מיר גייען שנעל דורך דעם וועג. מיר פארשווינדן אונטער די בוימער. פלוצלינג דערזען מיר צוויי דייטשן, וואס גייען אויף נאכט־דינסט. בלויז איין אויגנבליק פריער וואלטן מיר געווען פארלארן. מיר ווארטן אפ ביז זיי פארשווינדן גענצליך, ראן רוקן מיר זיך צו צום הייזל, די פויערטע עפנט אונז די טיר און מיר גייען אריין אין אונזער אלט־באקאנטן קעמערל, אבער איצט איז דאס אין מיינע אויגן שוין נישט קיין פינצטער קעמערל, איצט איז דאס אן אויסגעטרוימטער פאלאץ פון פארכישופט פרינץ. מיר זענען די גליקלעכסטע אויף דער ערד. מיר האבן צוריק אונזער בעטל און מיר האבן אויפסניי האפנונג אז מיר וועלן האבן רו. און אפשר וועט מיט אונז געשען דער נס, פון וועלכן מיר

passage_fdee6736e1ca167c91f9321a
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1861-3394

וואגן שוין נישט אפילו צו טרוימען. אין אזא גלענצענדע שטימונג פארגייען אונדז גאנצע צוויי טעג. די בעל־הביתטע גיט אונז א ביסל מילך און ברויט, זי באציט זיך צו אונז גאנץ נישקשה, דאס איז אבער א מצב וואס האלט נישט לאנג אן. ענדלעך פלאצט איר גוטע שטימונג און דער וואלף קריכט אויפסניי ארויס פון דער שעפסן־פעל. זי הויבט אונז אן צו מאטערן מיט הונגער. גאנץ פשוט זי וויל אונז קיין ברויט נישט פארקויפן מיר זאלן זיך צו זאט אנעסן, נישט קוקנדיק דערויף וואס מיר צאלן איר געשוואלענע פרייזן. זי וויל נישט אונדזער האניג און זי לאזט אונז איר גיפט. עס הויבן זיך אן אויפסניי קריגערייען מיט איר מאן. זי צווינגט אים צו ארבעטן, און וואס עס הייסט ארבעטן ביי אונדזער בעל הבית איז אונז גאנץ פארשטענדלעך. ער דערפילט אלע אירע וואונטשן, כדי צו פארמיידן קריגערייען, וואס זענען כמעט פארבונדן מיט א קאטאסטראפע. ביי יעדן מאל ווען זי קריגט זיך מיט אים, ווערן מיר אויטאמאטיש זיינע פארבינדעטע און זי דראט אים ווי אויך אונז אז זי וועט פון אונז צוזאמען מיט איר מאן א סוף מאכן. מיר ווערען אויפסניי אומרוהיק, ווייל מיר ווייסן, אז אונדזער לעבן איז אפהענגיק פון איר קאפריז און פון איר שלאנגען־גיפטיקער נאטור. דאס איינציקע וואס ראטעוועט אונז פון הונגער איז אונדזער געבענטשטע קליינע קיך. ווי נאר זי פארלאזט איר היים און גייט אין פעלד, נוצן מיר אויס די גינסטיקע מינוט. דער בעל־הבית ברענגט אונזויף גלייך א פאר קארטאפל, א ביסל מילך, וואס ער גנבעט

passage_cbbf1cd3d613e62cea0fef82