Original scan
Original memorial-book scan 141
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-801

צובייייר. מיר מאכן פייער און אויפגיך עסן מיר אונזער געגנבעט עסן. ערשט איצט פארשטיי איך גאנץ גוט דעם "מים גנובים ימתקו". מיר האבן קיינמאל אין לעבן נישט געפילט אזא טעם אין עסן, ווי אין דעם געגנבטן ביסן... אבער נישט תמיד געלינגט אונדז אונטער אונטערנעמונג דורכצופירן בשלמות. עס מאכט זיך, ווי צום מיינסטנס ביי פארבאטענע זאכן, קערט זיך אונדזער בעל הביתטע צוריק א ק צעשטערט אונדזערע "פלענער". איך באהאלט שנעל דאס עסן, וואס האט זיך קוים דערווארעמט און מיט וואסער לעש. איך אויס דאס פייער פון קיבל, עס זאל נישט פאלן קיין פארדאכט. אויך די טונקלקייט העלפט אונדז צו און זי קען נישט גענוי זען אלץ וואס מיר טוען, אזוי, אז איך לויב דעם צופאל, וואס האט אונדז באשאנקען מיט א פינצטער קעמערל.

passage_3fc3c36adb6ae2a687b48e49
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 803-2440

אויך דער אידיליענעמט א סוף. עס ציען זיך לאנג ע זומער־טעג און זיי ברענגען מיט זיך גאר קיין ענדערונג נישט. מיר דערווארטן יעדן טאג, עפעס גינסטיקע נייעס, אבער אנשטאט דעם ווערן מיר געוואויר פון פרישע הריגות וואס ווערן אויסגעפירט אומעטום וואו עס זענען נאך פאראן יידן. מיר ווערן גענצליך פארצווייפלט, ווייל מיר האבן זיך איינגעבעט אויף א חודש צייט. די צייט שטייט נישט, יעדער מאטערנדיקער, הונגעריקער טאג דערנענטערט דעם טערמין ווען מיר וועלן מוזן פארלאזן אונדזער נייע "היים". אויך דער פויער קומט אלע טאג מיט פרישע מעשיות. ער זעט אז עס איז נאך נישט קיין סוף צו דער מלחמה, און וואס וועט זיין ווייטער, ער האט מורא אז זיין ווייב וועט נישט וועלן פארלענגערן אונדזער זיין ביי זיי. אויך באפאלט אים א מורא, עס דאכט זיך אים, אז ער איז דער איינציקער וואס האלט איבער יידן. זייער אפט, ווי נאר מיר וועקן זיך פון דעם שלאף קומט צו אונדז אונדזער בעל־הבית מיט נייע מעשיות. עס האט זיך אים געחלומט א גלח און א קלויסטער, ער ווייסט אויף זיכער אז מען וועט אים ארעסטירן און א.וו. אומזיסט באמיען מיר זיך אים צו איבערצייגן, אז א חלום איז אפט זינלאז, און האט נישט קיין גרויסן באדייט. ער איז אבער "איבערצייגט", אבערגלויבעריש און לאזט זיך נישט רעדן... אזוי כמעט יעדן טאג האבן מיר אחוץ אונדזער שווערן קאמף, אויך קליינע נארישקייטן בייצוקומען וואס רויבן אונדז אוועק דאס ביסל רו, אזוי טייער באצאלט. "א האן האט געקרייט און עס וועט קומען אן אומגליק נאך די וואך". אז עס גייט דורך א וואך אן געשעענישן, ערשט דעמאלט בארוהיקט ער זיך.

passage_72db2b0600831b3d325a4d91
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2442-3034

25.3.1944 היינט איז דער גליקלעכסטער טאג אין אונדזער לעבן. איז דאס וואר? איז דאס מעגלעך? האט גאט אויסגעהערט אונזער הייסע תפילה, איז שוין געקומען די ריכטיקע אזוי לאנג־אויסגעבענקטע מינוט, איז אונדזער האפענונג, וואס מיר האבן אזוי טיף אין הארצן באגערט, מקוים געווארן? עס איז נאענט דער טאג. דאס איז נישט מער קיין טרוים פון א פארמישפטן, וואס בענקט נאך פרייהייט. מיר הערן די שענסטע, הערלעכסטע מוזיק, וואס פארכישופט אונז און פילט אונדזערע הערצער אן מיט אן איבערמענטשלעכן געפיל פון זעליש גליק. דאס קלאפן אזוי די ו 12

passage_bae930781bc757c9b3a80e0c