Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 142
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-318

קאנאנען נאענט נעבן אונדז און זייערא גערויס זאגן אונדזא א פריש לעבן. נאך הונדערטער טעג און נעכט פארשפארט אונטע רדי שרעקלעכסטע באדינגונגען, נאך אזוי פיל אומצאליקע טעג ווע ןדער מלאך המוות איז געווען אונדזער איינציקער לעבנס־באגלייטער, דערנענטערט זיך טאקע דער טאג פון אויסלייזונג.

passage_ee1e1fe29c785c8ab28f0d58
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 320-2147

מיר ליגן פולמוט האפענונג אויף אונזער בוידעמל. פלוצלינג דערהערן מיר א שיסעריי נאענט איבער אונדזערע קעפ. דאס האבן זיך צוויי פיינטלעכע עראפלאנען צוזאמענגעטראפן און זייער שלאכט גייט אן נאענט נעבן אונדז. עס פליען קוילן איבער אונדז אין דער הויך. מיר רייסן אויף דאס טירל פון אונדזער באהעלטעניש און אן אטעם לויפן מיר אראפ אין שטאל. נאך א פאר קורצע רגע׳ס הערט אויף די שיסעריי. מיר בארוהיקן זיך...פלוצלינג הערן מיר טריט. עס גייען פויערים זייער שנעל און שרייען כמעט. מיד האבן שוין געסט. די באלשעוויקעס זענען שוין ביי אונדז אין דערפל. ווי אזוי איז דאס געשען, מיד גלויבן קוים אונדזערע אייגענע אויערן. עס לויפט דורך א פויערטע און זאגט דאס זעלבע, מיר הויבן אן צו גלויבן און צעוויינען זיך ווי קינדער, זאגן זיך מזל טוב און צוקושן זיך, מיד זענען ניי־געבוירענע. עס גייט אדורך א שטיקל צייט, קיינער פון אונדזערע בעל־הבתים קומט נישט. וואס זאל דאס באתיטן, אפשר איז דאס ווייטער א גוזמא? מיר זענען שוין אויפסני טרויעריק. אבער ענדלעך קומט די בעל־הבית׳טע ארויף, זי איז בלאס, פארביסן און מיט טרערן אין די אויגן, זי קען אונז נישט פארגינען אונדזער גליק. וואס איז? פרעגט זי, וואס איר האט זיך איינגעפאקט? די באלשעוויקעס זענען נאך נישטא, דאס איז ־זאגט זי־ עפעס פרעמד מיליטער, נישט קיין דייטשן, אבער אויך נישט קיין רוסן, און איר פרייט זיך נישט. אזוי צעשטערט זי אונדזער גליק. אבער מיר זעען אז זי ליגנערט. אונזער בעל־בית איז זיך געגאנגען אליין איבערצייגן אבער ער קומט נישט. עס פאלט צו די נאכט, מיר זיצן און ווארטן, ענדלעך קומט ער ארויף און ברענגט אונדז די גליקלעכע בשורה. אבער אויך ער איז טרויערדיק. די אוקראינער האבן פארשפילט, די פאליאקן פרייען זיך. ער פילט זיך ווי א שטרייק־ברעכער, מיט רעם

passage_1790373ea127183930c51f25
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2148-3332

וואסער האט אונז געראטעוועט. אבער מיר הערן זיך שוין נישט צו צו זיינע שטימונגען. מיר זענען ערגעץ פארטראגן מיט אונדזערע געדאנקען. מיר הייבן אן צו וועבן א ניי לעבן. א גאנצע נאכט שלאפן מיר נישט, גאנץ פרי פירט אונז אונדזער בעל־הבית אריץ אין אונדזער קעמערל מיר זאלן זיך ארומוואשן און איינפאקן. מיר זענען נאר וואס איבערגעלאפן דאס שטיקל וועג און אונדזער פויער קומט אריץ א בלאסער און א צעווייטאגטער: דריי דייטשן זיינען ביי אים אין שטאל, זיי בעטן אים ער זאל זיי איבערהאלטן אויף רעם בוידעם ביז עס וועט נאכט ווערן...אויף רעם זעלבן בוידעם, וואס מיר האבן ערשט פארלאזט. מיר לאכן און זענען גליקלעך, ענדלעך זיך דערלעבט. נאכמיטאג קומט א שליח פון מיין ברודער מיט א בריוו פאר מיר. אויף דער נאכט גייט מיין מאן אוועק צו מיין ברודער אץ פון דארט וועלן זיי גיין קיץ סקאלע, און שפעטע ר וועל איך מיט מיין קינד קומען, מייל מיר זענען זייער מיט פחד פאר די אוקראינער און עס מוז זיך צוערשט איינשטילן. עפעס אייל איך מיך נישט. דער ערשטער איינדרוק איז אריבער. איך בין גליקלעך, מיר האבן זיך צעשיידט מיט אונדזער לאנגיעריקן באגלייטער, דאס 22 ו

passage_f6d67dd7b71f1fc6e703786d