Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 144
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-613

אברהם בראנדעס־טראסאווצקי דער לעמבערגער פארניכטונגס־לאגער "יאנאווסקא" (אויסצוגן פון זכרונות) 1עם צווייטן טאג חול המועד סוכות 1942, ארום 11 אינדערפרי, האט דער גאנצער טדאנספארט־צוג, אין וועלכן די נאציס האבן ארויסגעפירט עטלעכע הונדערט יידן פון סקאלע, דעדגדייכט די שטאט לעמבערג אויף דער סטאנציע קלעפאדואוו. עטליכע פון אונדז, וואס האבן זיך אויסגעקענט אין דער געגנט האבן דורכן פענצטערל דערקענט די סטאנציע. אין עטליכע מינוט אדום האבן זיך באוויזן א המון ס.ס.־לייט און אוקראינישע פאליציי, און באלד האט זיך די טיר פון אונדזער וואגאן געעפנט.

passage_b45b67ec28f844e2cab6d253
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 615-1959

דער באפעל פון די רוצחים איז געווען "לאס! ראום!". אלע האבן מיט אנגעהויבן ארויסשפרינגען פון דעם וואגאן און די רוצחים האבן אונדז גלייך מיט א גרויסן געשלעג מקבל פנים געווען. דער פאפעל איז געווען זיך אויסצושטעלן צו 4 אין א ריי. גלייכצייטיק האבן די רוצחים געעפנט נאך עטליכע וואגאנען פון וועלכע זיי האבן ארויסגעפירט די מענטשן פון די אנדערע שטעטלעך, וואס זענען געווען באשטימט צו פארן אין לאגער. און אזוי האט מען אלע יונגע ארבעטס־ מענער פון אונדזער באצירק אויסגעשטעלט צו פיר אין א רייע. שרעקלעך זענען געווען די קולות אין די איבעריקע וואגאנען פון די טאטעס, מאמעס און קינדער. א מוראדיקע ווירקונג האט עס דאן געמאכט, ווען מיר האבן דערזען, אז איצט איז דער מאמענט, וואס מיר צעשיידן זיך לעולם ועד מיט אונדזערע ליבע און טייערע. דאס הארץ האט געדדיקט און געריסן. אוממעגלעך איז דעמאלט געווען זיך צו באהערשן. נאר די שרעקלעכע קלעפ פון די רוצחים האבן אונח געצוואונגען זיך צו באהערשן. אייביק וועט פאר מיינע אויגן שטיין דאס ליכטיקע בילד, פון אונדזער גאנצער יוגנט וואס האט, ווי אויף להכעיס, געבליבט אין די שרעקלעכע טעג. גאר אויפטרייסלנדיק איז געווען דאס בילד פון דעם יונגן מיידל לאה שאפירא, וואס האט מיט נישט פארשטענדלעכע ווערטער, אויף א יאמערלעך קול גערופן איד ברודער יעקב.

passage_95c1e3f431a1ddff17aae29d