Original scan
Original memorial-book scan 145
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1295

צ יבי ן אי ך אימשטאנ ד צ ו באצייכענע ן או ן באשרייב ן אט דע ם מאמענט? וו י ליכטי ק ד י זו ן הא ט געשיינט. וו י שיי ן דע ר טא ג אי ז דעמאלט, אוי ף להבעיס, געווען. אבע ר וו י גרוי ס אי ז אונדזע ר פיי ן או ן ווייטי ק געווען! צ י הא ב אי ך דע ן אויסדרוק ן דערצו? או ן גליי ך אי ז געקומע ן דע ר באפעל: "מיצע ן אס! ד י גאנצ ע קאלאנ ע שטילשטאנד!" באל ד אי ז צוגעפאר ן א טאקס ע פו ן וועלבע ר ע ם אי ז ארויסגעגאנגע ן א פירע ר פו ן ד י רוצחי ם או ן אי ז דור ך אונד ז דורכגעגאנגע ן או ן באטראב ט זיינ ע קרבנות. גליי ך הא ט ע ר עטלעכ ע ארויסגענומע ן פו ן ד י רייע ן או ן הא ט זי י באפויל ן צוריקצוטרייב ן צ ו יענ ע וואגאנען. אויפ ן אר ט האב ן מי ר באקומע ן א באפע ל צ ו באנדאזשיר ן ד י ווא ס זענע ן געווע ן צעשלאגן. אי ן יענע ם מאמענ ט אי ז צוגעקומע ן צ ו מי ר ד"ר ראזענבלא ט פו ן בארשטשאוו. ע ר הא ט געהייס ן דערלאנגע ן א ביס ל וואסע ר אויסצושווענקע ן דא ס מויל, או ן הא ט מי ר א ביס ל מי ט יא ד באשמיר ט ד י וואונד. פארשטיי ט זיך, א ז דא ס פני ם בי י מי ר אי ז געשוואל ן געוואר ן או ן ד י פלייצ ע מי ט דע ם אקס ל האב ן מי ך מוראדי ק ווי י געטא ן פו ן ד י צווי י קלעפ. אבע ר ווע ן אי ך הא ב דערזע ן מיי ן ברודערל, וו י ע ר הא ט נעבע ך מי ט טרער ן א ץ ד י אויג ן געביס ן ד י ליפ ן או ן שרעקלע ך געקרעכצט, או ן אזו י אוי ך מאיר׳צי ע יאלעס, הא ב אי ך שוי ן מיינ ע ווייטאג ן פארגעסן.

passage_a8a284e636adac678a9b4197
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1297-2277

באלד זענען צוגעקומען עטליכע רוצחים און האבן ווידער געגעבן א באפעל, אז צוויי מענטשן וועלן ארומגיין מיט קוישן צווישן די רייען, און יעדער פון אונז זאל אוועקגעבן וואס ער האט פון געלט, ווערט־זאכן, דאקומענטן, מעסערלעך, שפיגעלעך, טעשעלעך אאז״וו. אין אלגעמיין דארף מען אלץ אוועקגיבן. ווער עס וועט דעם באפעל נישט אויספירן און מען וועט ביי אים עפעס טרעפן, ווערט ער גלייך דערשאסן. און באמת האט יעדער גלייך ארויסגעלייגט וואס ער האט געהאט. באלד האבן מיר באקומען א באפעל אין גאנצן זיך אויסצוטאן נאקעט. אונטער דער באגלייטונג פון שווערע קלעפ מצד די רוצחים איז דער באפעל גלייך געווארן אויסגעפירט. באלד זענען צוגעקומען עטליכע לאגער־מענטשן און האבן דאס גאנצע אנטועכטס צוגענומען. אנדערע האבן גלייך צוגעבראכט לאגער־״בגדים", וואס זענען צווישן אונז פארטיילט געווארן. צווישן דער "קליידונג" האבן זיך מייסטנס געפונען "לאכעס" און שמאטע פו די רוסישע געפאנגענע.

passage_e88ab8022d93c3f208a90842
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2279-3081

שיך האבן מיר באקומען מיט הילצערנע פאדעשוועס, אין וועלכע עס איז געווען שרעקלעך שווער צו גיין. באלד איז צוגעקומען א רוצח און האט גענומען האלטן א דרשה וועגן דער דיסציפלין אין לאגער. צווישן אנדערע האט ער געזאגט, אז ווען איינער אנטלויפט פון דער ארבעט, אדער בכלל פון דעם לאגער, ווערן אויף זיין ארט אנדערע 10 דערשאסן, אדער פון דער זעלבער שטאט, אדער פון דער זעלבער ארבעטס־בריגארע. דעריבער מוז מען אליין איינער אויפ דעם צווייטן אכטונג געבן, אז עס זאל דערצו נישט קומען. ווייטער האט ער אויך דערקלערט, אז ביי וועמען מ׳וועט טרעפן געלט, ווערט ער גלייך דערשאסן. אויך ווער עס וועט זיך נישט גוט אויפפירן, אדער גוט ארבעטן קען באקומען פארעזיידענע שווערע שטראפן ביז טויטשטראף אאז״וו. און אזוי האט עס זיך

passage_a7656a355cc24c8bbbb20c6f