Original scan
Original memorial-book scan 147
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-450

באראק. א גרויסער און נייער באראק ווערט ערשט געבויט. וועגן עסן איז אויך די זעלבע תשובה: "קינדערלעך־האט זיך איינער אפגערופן צו אונדז־וויי איז אייך מיט אונדז אלע צוזאמען, וואוהין מיר זענען אריינגעפאלן". זי האבץ דערציילט, וואס עס פאסירט מיט די מענטשן, ווי אזוי מען מוטשע זיך ביז צום טויט. און אז יעדעס מאל קומען אן נייע טראנספארטן מיט מענטשן און אלטע פירט מען ארויס קיין "בעלזשעץ".

passage_66016c3d42c2ac8961955295
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 452-1635

מיר האבן זיך דאן דערוואוסט עפעס וועגן דעם "בעלזשעץ", וואו ווארשיינלעך האט מען אונדזערע ליבהע און טייערע אוועקגעפירט. מיד האבן זיך דערוואוסט, ווי אזוי מען פירט פיל מענטשן אויף דעם יאנאווער־צווינטער און מען שיסט זיי אויס. און נאך פיל אזעלכע שרעקלעכע ידיעות. איך האב אבסאלוט נישט געוואוסט וואס עס טוט זיך מיט מיר אויסהערנדיק די ידיעות. איך האב זיך צונויפגעטראפן מיט פיל היימישע מענטשן. מיד האבן זיך אנגעקוקט. איך האב זיך צונויפגעטראפן מיט מענטשן מיט וועלכע איך בין אויך געווען אין בארקי־לאגער. פון זיי האט מען בלויז געהערט איין ווארט "ווי אזוי זעט מען זיך צוריק אין בארקי־לאגער". נא, אזוי זענען מיד אריינגעפאלן. גארנישט צו מאכן. צו זוכן ערגעץ־וואו א געלעגער איז געווען אבסאלוט צוועקלאז. האבן מיד באשלאסן זיך צו ליען שלאפן אין די נייע באראקן, וועלכע האבן נאך גארנישט געהאט, נאד פיר ווענט און א דאך. קיץ פענצטער, קיין טירן, קיין דיל. קיין רייד פון אן עטוואס איינגעארדנט געלעגער. עס האט אזוי זיך פארצויגן ביז פאר נאכט. דעמאלט איז דער המון לאגערניקעס צוריקגעקומען פון דער ארבעט אונטער באוואכונג דער ערשטער ״מאלצייט״ . . .

passage_9c918bf974aec99f041adf6c
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1637-2968

מען דאַרף זיך שטעלן אין לאנגע רייען נאָך דעם שטיקל ברויט און "קאַווע", אָבער קיינער פון אונז האט נישט געהאט אין וואס די קאַווע צו נעמען, האב ן מיר געמוזט פון אונדזערע דריי פארציעס ברויט איינע אוועקגעבן אץ אזוי קויפן א טעפל אויף צו נעמען די קאַווע. די קאפאס זענען ארומגעלאפן און געשלאגן. און אזוי זענען מיר אריינגעגאנגן אין א באראק אן א טיר און אן א פענצטער. מיר האבן אוועקגעשארט די שפענער און שטיינער פון אונטן זיך און מיר האבן זיך אנידערגעליעט שלאפן אויף דער נאקעטער ערד. מיר האבן זיך אלע דריי צוזאמענגעדריקט און נישט קאנענדיק זיך באהערשן, נישט רעדנדיק קיץ ווארט, בלויז געוויינט. איין ג־ט ווייסט דעם אמת, אז איך האב די גאנצע נאכט קיץ אוענישט געקענט צומאכן. נאר נישט ווילנדיק האבן זיך קוואלן פון טרערן פון די אוען געגאסן. גרויס איז געווען דאס אומגליק! א זיעער 5 פארטאג האט אנגעהויבן קלינגען דער גלאק. די קאפאס זענען ארומגעלאפן און מערדערלעך געשלאגן בכדי דעם המון פון די באראקן ארויסצוטרייבן. פיל האבן זיך אפילו נישט געקענט אויפהייבן, ווייל זיי זענען שוין געווען אן כוחות, אויסגעמוטשעט פון דער שקלאפעריי. פארשטייט זיך אז דאס זענען געווען מענטשן, וואס האבן זיך געפונען אין לאגער פון פריער און האבן שוין לענגע פארזוכט דעם ביטערן טעם. . . 27 ו

passage_7d0eeca71a976534a01c4924