Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 148
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1022

מיר זענען אויפגעשטאנען און געגאנגן זיך וואשן צו די שטורצן, וואו דאם קאלטע וואסער האט זיך געגאסן איבער די קאריטעם. גלייך נאך דעם וואשן האבן מיר זיך איינגעשטעלט אין די לאנגע רייען צו באקומען דעם "פרישטיק". דער פרישטיק איז באשטאנען פון שווארצער, ביטערער קאווע און א שטיקל ברויט פון 50 גראם. באלד האט ווידער דער גלאק אנגעהויבן קלינגען און די קאפא ם האבן געשריען: "אפעל! אפעל!" פיל מענטשן האבן אפילו נישט געהאט קיין צייט דעם "פרישטיק" צו באקומען. באלד איז ווייטער געקומען א באפעל, אז אלע נייע מענטשן, וואס זענען ערשט נעכטן אריינגעקומען אין לאגער, ואלן זיך אויסשטעלן באזונדער אויף אן אנגעוויזענעם ארט. די אנדערע מענטשן האבן זיך אויסגעשטעלט אין "בריגאדעס". יעדע בריגאדע האט שוין געהאט איר ארט, אויף זייער א גרויסן פלאץ אין א גרויסן קרייז. אין מיטן איז געווען דער שטענדע ר מיט׳ן גלאק, און דערנעבן א גרויסער שטענדע ר פארן לאגער־פירער. אלע בריגאדע־פירערס האבן געמאכט פארשידענע "מושטירונגען"

passage_c6b6948c01d5c846cd509eb4
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1024-2284

מיט זייערע בריגאדעס. נאר אזוי ווי מיר האבן נאך נישט געהאט קיין בריגאדע־ פירער, האבן מיר גארנישט געטאן, נאר געשטאנען. דא איז צו אונדז צוגעקומען אן ס״ס מאן און געגעבן א באפעל: "ארבייטס־קאלאנע שטילשטאנד!" מיצע אב!" און אזוי זענען מיר געשטאנען און צוגעקוקט זיך ווי יעדער בריגאדע־פירער גיט אפ דעם ראפארט, וויפיל מענטשן ער האט. די ס״ס־פירער האבן באלד זיך גענומען אויסרופן פארשיידענע נעמען פון מענטשן, וואס האבן געמוזט ארויסגיין פון די רייען און האבן זיך אויסגעשטעלט ביים שטענדער מיטן גלאק. נאכדעם האט דער ס״ס־פירער אויסגערעכנט מיט וואס יעדער פון זיי האט זיך "פארזינדיקט", און ווי אזוי מען דארף זיי אלע באשטראפן. צום ביישפיל, איינער האט נישט דורכגעפירט גענוג פלייסיק עפעעס אן ארבעט, האט ער באקומען 50 שמיץ. א צווייטער איז נישט שנעל אראפגעשפרונגען פון געלעגער, ווען דער קאפע האט אים געוועקט, 25 שמיץ. ביי איינעם האט מען געטראפען עטליכע זלאטעס, דארף מען אים דערשיסן. איינער האט ביי דער ארבעט, אויסערן לאגער, געבעטן א שטיקל ברויט, האט ער באקומען א שטראף "איינבינדונג". דאס איז געווען דאס שרעקלעכסטע און ערגסטע. אן אנדערן האט מען געבאפט ווען ער האט געפרואווט אנטלויפן, דארף מען אים הענגען. . . .

passage_2e2bce5e4553adeab0aa973d
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2286-3091

אזוי זענען יעדן טאג געווען צענדליקער באשטראפטע און אלע האבן זיך דערצוגע מוזט ציקיקן, שטיין אויף "מיצע־אב, שטילשטאנד". דער לאגער איז געווען ארומגעצאמט מיט צוויי רייען פון שטעכיקן דראט. אין אלע עקן זענען געווען הויכע וואך־טורעמס, אויף וועלכע די וועכטערס זענען געשטאנען באוואפנטע וועבטערם. נאכדעם ווי די רוצחים האבן דורבגעפירט די שטראפן און געגעבן פארשיידענע אנווייזונגען, איז געפאלן דער באפעל, אז אלע בריגאדעס זאלן גיין צו זייערע ארבעטן. בלויז מיד, די נייע, זאלן בלייבן. נאכדעם ווי אלע זענען אונטער באוואכונג ארויסגעגאנגען צו דער ארבעט, זענען צו אונדזער בריגאדע צוגעקומען דער לאגער־פירער און עטליכע ס״ס־לייט און האבן איינעם א בחור פון אזיעראן געמאכט פאר בריגאדיר, און א צווייטן א מילניצער, פאר 128

passage_cc671424ceb6bc32198ddfe0