Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 149
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1287

אונטערבריגאדיר. נאכדעם האט דער לאגער־פירער דורכגעקוקט אלע מענטשן, צי אלעמען האבן די געלאטע לאטעם אויפן ברוסט און פלייצע, און אויך צי די רדטע פאסן אויפן רוקן און פארנט אויפן הויזן זענען דייטלעך אנגעפארבט מיט אייל־פארב. נאכדעם האט ער דעם בריגאדיר און דעם אונטערבריגאדיר געגעבן א באפעל צו מאכן צוויי ליסטעס פון אלע נייע מענטשן, אנגיבן די נעמען, געבורטס דאַטעס און ארטשאפט. דאס האט געדויערט ביז אדום 9 אזייגער. דאן זענען ארויסגעקומען 9 רוסישע פאליציאנטן, די אזוי גערופענע ״אסקארי״ און 9 ס״ם־לייט. אלע זענען געווען גוט באוואפנט מיט אויטאמאטישע געווער און אנדערע וואפן. זיי האבן אונז געגעבן א באפעל זיך אויסצושטעלן צו 5 און צו גיין אין איין מארש־טריט און טאקט. זיי האבן אונז ארויסגעפירט פון לאגער אץ א נישט־באקאנטער ריכטונג. אויפן וועג האבן זיי פארלאנגט, מיד זאלן עפעס זינגען. און אזוי זענען מיר געגאנגע אונטער דער באוואכונג נישט וויסנדיק וואוהין. מיר זענען אזוי געגאנגע דורכן פארשידענע געסלעך ביז זיי האבן אונז פארפירט צו א גרויסן טאל. א גאנץ שמאלער וועג האט געפירט צו א שטארקן בארג־אראפ, צו א ציגעלניע (א ציגלפאבריק). דער ערשטער סקאלער קרבן אז מיר זענען צוגעקומען צו דער ציגעלניע, האבן זיי אונז באפוילן,

passage_155172656fbc8205a766ebc1
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1289-3075

יעדער זאל נעמען צו 4 ציגל און ארויפטראגן אויפן בארג. דארטן, אויפן בארג, האבן זיי אוועקגעשטעלט עטליכע מענטשן, זיי זאלן צוזאמענלייגן די ציגל. אליין האבן זיך די רוצחים אויסגעשטעלט אויף דער גאנצער לענג פון וועג. אויפן בארג זענען געשטאנען צוויי פארשוינען מיט מאשין־ביקסן און אונטן צודאי אויך מיט מאשין־געווער. די איבעריקע רוצחים האבן אויף אן אומרחנות׳דיקן אופן געשלאגן און געטריבן דעם עולם. "לאם! לאסו" און אזוי זענען מיר אלע, איינער הינטערן אנדערן געלאפן מיט די ציגל ארויף און ליידיק צוריק נאך פרישע ציגל. עס האט זיך לכתחילה אויסגעדאכט, אז דאס איז נישט קיץ שווערע ארבעט, ווייל פיר ציגל וועגען בערך א 6ו ק״ג, אבער וואס אמאל האט מען זיך איבערצייגט, אז עס איז גארנישט גרינג, ווייל מען איז שנעל מיד געווארן פון געיעג און דעם בארג־ארויף. בכדי אנצואווארפן אויף אונז א גרויסע שרעק, האבן די רוצחים געהאלטן אין איין שיסן אין דער לופט. אזוי זענען מיר באין ברירה געלאפן. עם דערמאנט זיך מיר גענוי, ביים פערטן מאל ווען איך בין צוריקגעלאפן, איז שוץ געלעגן דער ערשטער סקאלער קרבן, שמואל פיאקערניק׳ס זון, וואס האט זיך שווער געראנגלט מיטן טויט פון א קויל, וואס ער האט באקומען, מן הסתם אין די לונגען. שווער האט ער זיך געמאטערט ביי א קליינעם רינשטאק. די רוצחים זענען געשטאנען און האבן געשעפט תענוג און האבן נישט געוואלט אים דערשיסן. און אזוי בין איך ווייטער געלאפן מיט די ציגל און ווען איך בין צוריקגעלאפן, איז שוץ געלעגן א צווייטער קרבן, א מילניצער, און דער ערשטער קרבן האט זיך נאך געראנגלט מיט׳ן טויט, אבער שוץ אין רינשטאק, אדער ער האט זיך אהץ אליץ אריינגעקאטשעט אדער די רוצחים האבן אים אריינגעווארפן אהץ. נאך לאנגע מאטערנישן איז ער אויסגעגאנגען

passage_eea412ec5d5acec6069d0f01