Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 14
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1311

אץ געשטאלטן, איר פאלקלאר און הומאר און דער גרויזאמער פיין און צער פון אונטערגאנג, מוזן פארצייכנט און פאראייביקט ווערן. נאך לאנגע יארן פון ענדלאזע באמיאונגען, פון ראנגלענישן מיט אפאטיע, פון חילוקי־דעות און אנטוישונגען, איז א דאנק דער מסירת־נפש, דעם אדסדדער און דער עקשנות פון געציילטע יחידים, אין אמעריקע און אין ישראל, דער "ספר סקאלה" געווארן א ווירקלעכקייט. דער אינהאלט פון "ספר סקאלה" איז נישט אזוי רייך ווי מיר האבן געהאפט און געוואלט ער זאל זיין, און דאס איז אזוי נישט בלויז צוליב דעם שוין דערמאנטן מאנגעל אין היסטארישע מקורות, נאר בעיקר איבער דעם וואס דער אכזריות׳דיקער גורל האט אין די יארן פון דער שואה אוועקגעריסן פון אונז כמעט אלע אמאליקע סקאלער כלל־טוער און מנהיגים, וואס האבן זיכער מער געוואוסט וועגן סקאלע און זיינען מן־הסתם געווען פייאיקערע שרייבער פון אונז, די לעבן־ געבליבענע. צום זכות פון די באטייליקטע אין דעם "ספר סקאלה" מוז אבער געזאגט ווערן, אז קיינער פון אונז איז ניט קיין פראפעסיאנעלער שרייבער און אז דאס וואס יעדער איינער פון אונז, האט לויט זיינע מעגלעכקייטן געשריבן, איז אן אמת׳ע און אויטענטישע גביית־עדות, סיי וועגן דער אמאליקער, לעבעדיקער און שעפערישער יידישער סקאלה, סיי וועגן איר ליידן־פולן אונטערגאנג.

passage_50103d197c03c9cefb9f30cb
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1313-2040

ביים צוגרייטן דעם "ספֿר סקאלה" האָבן מיר אײַן זינען געהאַט אונזערע קינדער ווי אויך אנדערע פאראינטערעסירטע לייענער און פארשער, וואס לייענען שוין ליידער נישט קיין יידיש, אונזער מאמע־לשון, און דערפאר זענען כמעט א העלפט פון די וויכטיקע קאפיטלעך אין דעם ספֿר ווי אויך די בילדער־ אונטערשריפטן, געדרוקט געווארן אין העברעאיש און אין ענגליש. דאס האפן מיר, וועט העלפן דערנענטערן אונזערע קינדער און אייניקלעך צום אנדענק פון אונזער געבורטס־שטעטעלע סקאלה און צו דער גייסטיקער ירושה פון דעם אייגנארטיקן יידישן לעבנס־שטייגער אין אמאליקן מזרח־גאליציע, וואס איז אוועק מיט די פלאמען פון דער שואה. מאקס מערמעלשטיין(וויידענפעלד) פארזיצער, רעדאקציע־קאמיטעט

passage_6e686fc8334e1e9aeae430cb