Original scan
Original memorial-book scan 157
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1698

צוזאמען מיט די קאפיטשיניצער פארלאזט די שטאט און אנגעקומען קיין כאראסטקאוו. דארט האב ןמיד זיך אויפגעהאלטן עטליכע טעג, און ווען מערערע יידן זענע ןאנגעקומען אהין זענע ןמיר ווייטער געלאפן ביז פאדוואלאטשיסק. דארט האב ןמיר געהערט, אז די דייטשן האב ןצוריקגענומען סקאלע. נישט האבנדי ק קיין געל ט צו קויפן שפייז האב ןמיר ביידע, פישל פיש און איך, געארבעט אין א מיליטערישער בעקעריי און אויף אזא אופן זיך אויסגעהאלטן. אפזייענדיק דארט עטלעכע וואכן, האב ןמיר אנגעהויבן צוריקגיין מיט דעם זעלבן מארשרוט קיין סקאלע און אנגעקומען אין א פרייטיק נאכמיטאג אהיים. מחמת מיר זענע ןגעווען הונגעריקע און אפגעריסענע, האב ןאונדזערע יידישע בני עיר אין אונזערע אויגן אויסגעזען ווי "גראפן", ריין אנגעטאן, פארזארגט מיט וואדנונגען און ארבעט און אוו. מיד, דאקעגן, האב ןזיך ארויסגעזען מיט אונזער געפאלנקייט. נאדעס האט נישט לאנג געדויערט און איך האב דורך דאדא זאנדבערג געלאזט וויסן גדליה לאבמאן וואו איך געפין זיך און וועגן מיין מצב. אינגיכן האט דאדא געבראכט וועש, מלבושים, שטיוול און אנדערע זאכן פון גדליה׳ן. שבת אינדערפרי בין איך אוועק אין באד אריין, לאזנדיק דארט מיין "שיינע" הלבשה מיטן שמוץ און ארויסגעקומען אין די פרישע בגדים א מענטש. שוין דעם זעלבן שבת בין איך גערופן געווארן צו די רוסישע זיכערהייטס־ארגאנען, וואו דער הויפט, דאכט זיך, גאלוביעוו, האט מיט מיר פארבראכט כמעט צוויי שעה, אויספרעגנדיק פארשיידענע פרטים וועגן געוויסע מענטשן און זייער אויפפירונג בעת דער דייטשער אקופאציע(מערסטענס וועגן אוקראינער). ער האט אלץ פארצייכנט און צום סוף מיר געהייסן אנשרייבן אלע דעטאלן און אים דאס איבערגעבן.

passage_06cb62cc49450912c3c06884
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1700-2643

איך האב גלייך אנגעהויבן ארבעטן ביי דער באן און אויו אדום געבליבן אין סקאלע. איך האב ביי דער באן געארבעט בלויז א קורצע צייט, ווייל כ׳בין אריבערגעפירט געווארן אין וואיענקאמאט ד.ה. די מיליטערישע קאמענדאטור, וואס איר הויפט־אויפגאבע איז געווען צוצושטעלן אלע מענער פון 18 ביז 50 יאר אלט צום מיליטער־דינסט, פארשטייט זיך נאך א פיזישער אונטערזוכונג. איך האב דארט געהאט א פאראנטווארטלעכען ארבעט און געקענט טאן פארשידענע זאכן. לכתחילה, איידער איך בין דארטן אנגעקומען צו ארבעטן, זענען עטליכע יידן געשיקט געווארן צום מיליטער: לייביש מאזנער, וואס איז דערגאנגען ביז הוסיאטין, דערנאך זיך איינגעארדנט אין טארנאפאל (געשטארבן אין קאנאדע 1969) שלום עפשטיין, וואס איז נאך אייניקע חדשים מיליטער־דינסט באפרייט געווארן, (איצט אין ניו־יארק) מענדל רינגעל(היינט אין ישראל) משה דונאיער(איצט אין מיאמי) און אברהם פייערבערג(נפטר געווארן אין אמעריקע).

passage_343c79cea14c3b5821c2e399
Passage 3normalized OCR · source chars 2645-3235

דע ר הויפ ט צי ל פו ן דע ר ארבע ט אי ז אבע ר בי י מי ד געווע ן נקמ ה א ן ד י היימיש ע שונאים , אפצאל ן כאט ש טיילוויי ז אונדזער ע פארטיליקערס , אוקראינער , ווא ס האב ן בע ת דע ר אקופאצי ע זי ך ממ ש געבאד ן אי ן יידי ש בלוט . זי י האב ן אפיל ו ניש ט געפונע ן פא ר נויטי ק צ ו אנטלויפ ן או ן זענע ן געווע ן זיכע ר א ז זייער ע יידיש ע קרבנו ת וועל ן זי י ניש ט "ארדסגעבן " ווארו ם זי י לעב ן דא ך ניש ט א ץ פא ר אייגענע , פא ר גויים , דאר ף מע ן ניש ט מור א האבן , זי י זענע ן ניש ט בעסער . דערפא ר טאק ע הא ב אי ך געטא ן אלץ , ווא ם אי ך הא ב געקאנט , כד י צ ו באוועג ן ד י מאכט־ארגאנע ן 137

passage_585b10b3324e9e7546501718