Original scan
Original memorial-book scan 156
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1309

דערשראקענע ייִדן האָבן זיך וועגן דעם נאכגעפרעגט ביי די אצסקאלע סטאציאנירטע רוסישע אפיצערן(יידן), האָבן זיי זיך אויסגעלאכט אצ פארזיכערט, אז אלץ איז אין ארדענונג, אצ אז מיד דארפן נישט מורא האבן. קוקנדיק ווי די רוסן ארדענען זיך איין, פארנעמען דירות פאר די אפיצערן, האָבן מיד זיי געגלויבט (א ברירה האבן מיד געהאט?). דאס האט זיך אזוי געצויגן ביז מיטוואך. דעם 28טן מערץ, ארויס סוף פרי האבן מיר דערזען, אז פלוצלונג האבן די רוסן זיך איינגעפאקט אצ פארלאזן אין איילעניש די שטאט. די פאניק און דער פחד פון ביסל ייִדן איז געווען גרויס, יעדער האט געטאן ווי ער האט פארשטאנען . א טייל זענען ווידער געלאפן זיך באהאלטן ביי באקאנטע גויים, וויסנדיק וואויל, אז זיי גיבן זיך איבער אין זייערע "הענט". זיי זענען געווען אפגעשוואכט, נישט־מסוגל צו לויפן, האבן זיי פשוט קיץ אנדערע ברירה נישט געהאט. געציילטע יחידים (איך בתוכם) זענען אוועק מיט די אפטרעטנדיקע סאוויעטן. עס געדענקט זיך א פאל פון דעם בלוטיקן מיטוואך: איך בין געשטאנען בעת דער בהלה פון אנטלויפן, נעבן פרענקל׳ס הויז און געקלערט וואס צו טאן: איז צוגעקומען צו מיר חיים גאטעספעלד. האבן מיר ביידע געטראכט און זיך געישובט וואס צו טאן: לויפן מיט די סאוויעטן, אדער זיך ערגיץ באהאלטן אין שטאט?

passage_bcd8b11e302536b3206789e2
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1311-3173

מיטאמאלא האפן מיד דערזען ווי פון דער גאס פונעם "דאם פאלסקי" קומט אן א דייטשער טאנק אריינדרייענדיק זיך אויפן הויפט־גאס אין דער ריכטונג פון דער אלטער שטאט. נישט פארלירנדיק קיץ איבעריקע מינוט זענען מיד ביידע געלאפן. קומענדיק ביז דעם בית המדרש האט זיך חיים גאטעספעלד א פארמאטערטער אוועקגעזעצט אויפ׳ן צעמענט ביים בית המדרש, און ער האט ווייטער נישט געקענט גיץ. איך האב געוואלט אים העלפן אדפשטיין, האט ער נאד געזאגט: גיי ראטעווע דיך, מיד וועט שוץ גארנישט העלפן(ער איז טאקע דעמאלט דערשאסן געווארן). איך בין געלאפן צו דער שול; פון דארט צוזאמען מיט רוסישע סאלדאטן, וואס זענען ארויס פון דער שטאט, און זיך צוריק געצויגן. אויפן וועג איז מיר נאך געלונגען מיטצונעמען דעם נישט לאנג פארשטארבענעם פישל פיש. דער ערשטער אפשטעל איז געווען לאסיאטש, 2 ו קילאמעטע ר פון סקאלע. דארט האב איך געטראפן די משפחה העשעלעס און נחמיה שטאק. דארט בין איך אויך געוואויר געווארן דאס גרויסע אומגליק וואס האט געטראפן מיין אנקל דוד טאבאק. ער איז געווען פון די געציילטע, וועמען עס איז געלונגען זיך צו ראטעווען מיט זיין משפחה (א פרוי און צוויי קליינע מיידעלעך). אנטלויפנדיק מיט א רוסישן לאסט־אויטא, איז דאס יינגערע מיידעלע דערשאסן געווארן ביי דער מוטער אויף די הענט. אזוי איז צוגעקומען נאך א קרבן שוץ נאך דער באפרייאונג... אזוי צעווייטאגטע איז מען ווייטער געלאפן. צוערשט צופוס און שפעטער האט מען זיך איינגעבעט ביי רוסישע אפיצערן וואס האבן אונדז מיטגענומען און געבראכט קיץ קאפיטשיניץ. אנגעקומען קיין קאפיטשיניץ האבן מיר זיך דערפרעגט צו אידן(די עטליכע אידן האבן זיך אויפגעהאלטן ביים דענטיסט יוסף טייג). ווען מיר האבן זיי איבערגעגעבן אלע נייעס, האבן זיי זיך פץ אונדז אויסגעלאכט. עס האט זיך אבער שפעטער ארויסגעוויזן אז מיר זענען געווען

passage_db023f6dee89449221d9061d
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 3174-3263

גערעכט. מיר זענען די נאכט איבערגעזעסן ביי טייג׳ן און צומארגנס דאנערשטיק, 56 ו

passage_57b74752bb686aed79659179