חיים ברעטלע ר אונדזערע רעשטלעך נאך דער באפרייאונג רעם 23טן מערץ 1944 איז געקומען די געגארטע באפרייאונג, אבער ליידער צו שפעט. עם האבץ איבערגעלעבט בלויז א קליק ביסל יידן. דעם 24טן מערץ האבן זיך גענומעץ באווייזן די על־פי־נס געבליבענע. אפגעריסענע, אויסגעדארטע און פארווארלאזטע, קוים שלעפנדיק די קראנקע פיס. און דערזעענדיק אנדערע ליידנס־ברידער האבן זיך אויפסניי געעפנט די טרעק־ קוואלן, כאטש אביסל אפצושווענקען די שווערע שטיינער, וואס האבן מוראדיק געדריקט אוף די שוואכע הערצער. אנקוקנדיק צום ערשטן מאל, אלס פרייע מענטשן, די פון־יידן־אויסגעליידיקטע שטאט, האבן מיר ערשט באנומען דעם גרויסן בראך. אונדזערע גוישע שכנים זענען ארומגעגאנגען מיט אראפגעלאזטע נעז, קוקנדיק אויף אונדז, די "נידעריקע" באשעפענישן. די כלומרשט בעסערע פ ק זיי האבן געוויזן געמאכטע "רחמנות־פנימער" און פארוואונדערונג: "פון וואנען האבן זיך שוין ווידער גענומען יידן? זיי די יידעלעך וועלן זיכער צוריקמאכן די אונדס געגעבענע זאכן, וואס מיד נוצט שוק פון לאנג". זיי זענען דאך געווען זיכער אז קיינער וועט נישט דערלעבן עפעס צוריק צו מאנען. די ערגערע האבן זיך גלאט דעם ערשטן טאג נישט געוויזן אין גאס, מורא האבנדיק פאר נקמה.
Original scan
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1243
passage_d9b5de5c23f8611763722cd9
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1245-2091
מיר האבן גענומען זוכן צווישן די האלבע הרובע יידישע הייזער א פלאץ וואו זיך אריינצוציען. מיד האבן אויסגעקליבן די גאנץ־געבליבענע הייזער, די וואס זענען בעת דער דייטשער אקופאציע געווען פארנומען פון די דייטשן, אדער פון היימישע אוקראינער. אנדערע פון אונז זענען אוועק צו די "גוטע" גויים אפצונעמען זייערע זאכן, בכדי צוצודעקן זייערע האלב־נאקעטע גופים, ווי אויך צו באקומען אביסל שפייז, האפנדיק, אויף א רוהיקן אופן, צו קומען צו די כוחות און אנהויבן אויף די חורבות צו בויען א נייע לעבן. עס האט אבער לאנג נישט געדויערט. שן מאנטיק דעם 26טן מערץ האבן זיך אנגעהויבן ארומטראגן קלאנגען, אז די רוסן ציען זיך צוריק אונטערן דרוק פון א לאקאלער דייטשער אפענסיווע. עס איז אויך גרינג געווען דאס אראפצולייענען פון די פנימ׳ער פון די אוקראינער. ווען די 135
passage_18582f84f501924d2f001543