קלויז. ביים אוועקפארן פון סקאלע, ווען אלע אידן האבן זיך אנגעהויבן צופאקן, האט מען צונויפגעקלאפט א פאר קאסטנס און אריינגעלייגט די ספרים. א שבת אינדערפרי, אנהייב יוני 1945 קומט מען פון דער באן און מען זאגט מ׳זאל שוין ארויפפארן מיט דעם באגאזש, ווייל פארנאכט גייט אוועק דער טראנספארט מיט די מענטשן. הויבט מען אן צו לויפן זוכן פורן און יעדער פאקט זיך און מען פערט צו דער באן. ווען מען קומט שוין ארויף און מען לייגט צונויף די פעק, און מען איז מיד און אנגעוויינט, דערמאנט זיך מיין מאן און ישראל פעקער, אז מען האט נישט ארויפגעבראכט די ספרי תורה צו דער באן. גיין מיד אראפ און זוכן אויס א פור און מען לייגט ארויף די קאסטנס מיט די ספרים און מיר גייען נאך דער פור, מיט אראפגעלאזטע קעפ און וויינען. ס׳איז געווען א שיינער אוונט, די לבנה האט געשיינט און אויף די גאסן האט מען נישט געזען קיץ איין מענטש. איך קוק זיך אדום און עס פאלט אויף מיד א שרעק, וואס פון אונחער שיין און לעבעדיק שטעטל איז געווארן. דאס איז געווען מיין לעצטער בליק אויף אונדזער שטעטל סקאלע. מען וויל זיך באפרייען פון דעם גרויסן טויט־שרעק נאר מען לאזט נישט
מערץ 943 וזיצן מיד, אלע ארבעטער, ביי משה וויידבערג אין הויז און מען וויל הערן עפעס נייעס, ווייל עס איז געקומען פון בארשטשאו אהרע׳לע (יצחק יעקב קלעזמערס אן אייניקל) און דערציילט אז מען לעבט דארט אין גרויס שרעק, אבער מען זעט אסך יידן און מען רעדט פאליטיק. ער טוט אפילו אמאל א זינג צווישן יונגווארג, ווייל ער האט געקענט זייער שיין זינגען. אינמיטן אויספרעג אים וועגן בארשטשאו קומט אריץ הערש, ישראל שמעץ׳ס זון. דערזייענדיק אהרעלן, זאגט ער: "אוי, אהרעלע, עס איז דא אזוי אומעטיק, מען זעט נישט קיץ מענטש, איך קום צולויפן אהער אלע מאל, איך זאל עפעס הערן. און אז היינט האב איך דיך געטראפן, זינג זשע אונז עפעס, מיר זאלן פארגעסן אויף א פאר מינוט די גרויסע צרות." לאזט אהרע׳לע זיך לאנג נישט בעטן און זינגט "מיין שטעטעלע בעלז", און הערש זיצט און קוועלט און זאגט: "אוי, ווען איך זאל קענען אים צוהעלפן מיט מיין פידעלע". אץ מיר האבן טאקע פארגעסן וואו מיר געפינען זיך. מיטאמאל גיט זיך א מאך אויף די טיר און מיר דערשרעקן זיך אלע. עס שטייט משה "זובע"(יואל קצב׳ס אן אייניקל) און גיט א געשריי: "וואס זיצט איר דא און זינגט? עס הייבט זיך איצטער אן אן אקציע אין בארשטשאו!" און מיר צולויפן זיך. אין איין מינוט איז דאס גאנצע הויז געווארן ליידיק. דאס איז געווען אסתר־תענית און עס איז טאקע געווען א גרויסע אקציע אין בארשטשאו ביי וועלכער אסך סקאלער זענען דעמאלט אומגעקומען.