Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 158
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1000

זוך צו נעמען צו דער ארבעט. די אוקראינער, מיטן גלח׳ל ימ״ש בראש, זענען אויך נישט געשלאפן. זיי האבן מיט אלע מיטלן געזוכט צו באווירקן זייערע סלאווישע ברידער נישט צו נעמען קיין שטעלונג צו די אלע זאכן מיט דער טענה, אז "נאך אלעמען זענען די אוקראינער פראדוקטיווע ארבעטער. מעגלעך, אז אין געוויסע פאלן זענען זיי געצוואונגען געוואק דורך די דייטשן צו געוויסע מעשים. אבער וועמען האבן זיי געשעדיקט? ־ יידן". מיר פון אונדזער זייט, האבן קעגנגעווירקט מיט אזעלעכע ארגומענטן, אז זיי האבן געמוזט אפעליק צו אונתערע באפרייער. למשל: מיר האבן אויפגעוויזן שווארץ אויף ווייס, אז די אלע פארביסענע שונאי ישראל זענען גלייכצייטיק סאוויעטן־האסער, וואס ווילן א זעלבסטשטענדיקע אוקראינע אויף ביידע זייטן זברוטש, און כדי דאס צו באקומען האבן זיי זיך פארבונדן מיט די דייטשן און זענען ווייטער פארבונדן מיט זיי. זיי זענען די מערדערס פון אייערע און אונחערע מענטשן. און אונזערע טענות האבן געווירקט.

passage_fbff879f77c41f403a74859e
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1002-2381

מיטן אנקום פון א ציווילער מאכט האבן מיר זיך גלייך גענומען צו דער ארבעט. דא מוז איך גלייך דערמאנען צום גוטן בעריש וויידבערג ע״ה, וואס איז געשטארבן שוין דא אין אמעריקע. אץ יענער צייט איז ער געווען מיין אח לצרה, מיר האבן זיך באהאלטן אינאיינעם און איבערגעלעבט די קאטאסטראפע. נאך דער באפרייאונג איז ער, בעריש וויידבערג, מער ווי יעדע אנדערער געווען אקטיוו אין דער באשטראפונגס אקציע פון די רוצחים. ער אליץ האט געהאט גענוג באווייז מאטעריאלן און האט באוואויגן אנדערע דאס צו טאן. עס זענען אלס פועל־יוצא פון אונדזערע באמיאונגען פאראורטיילט געווארן און ארויסגעפירט געווארן אויף 25 יאר די פאלגנדע: 1. דר. קאטארינא מאדנא. 2. מילקא סקאראדא (דער ארויסגעבער פון מיינע עלטערן). 3. מיכאל קונקא. 4. יאן ליטשאק. 5. סטעפאן דוכינסקי. 6. מילקא קראווטשוק (קוואסניאקס איידעם). 7. פעטער סאפיאניוק. 8. מיכאל וויעליקאנאוויטש. 9. יוזעף פישער. 10. ציפאליוק פון ציגאן, (דער מערדער פץ מיין פעטע מאיר־זוסי טאבאק הי״ד) געשטארבן אין אונטערזוכנס ארעסט. 11. אדאם דזשאבאק געכאפט אין טשארטקאוו, פאראורטיילט. 12. סיעקיערעוויטש־ דער מערדער פון אהרן שאפירא פץ פאדפיליפיע. עס זענען אויך דערשאסן געווארן ביי פארשיידענע אבלאוועס די פאלגנדע: 1. יאסקא סטאריצקי־אן אוקראינישער פאליציאנט. 2. מיראסלאוו(סלאווקא) מיידאניוק.

passage_4493bcf8f5c1ba11ca2e3ecf