Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 159
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-813

3. מיקאל א טשעפעסיוק, (דער פוהרמאן פון נאצי ענגל). 4. יארעמא. ער איז געווען א באוואפנטער באנדעראוויץ־באנדיט. בעת מען האט אים געכאפט, האט ער אראפגענומען די ביקס פון אקסל און געפרואווט שיסן. ער איז אווי דערשאסן געווארן אויפ׳ן ארט. 5. דער יונגער קונקע, וואס האט געווארפן דעם גראנאט צו דודיע הערשער אין הויז און געטויט זיין פרוי. עס זענען אויך דערשאסן אדער פארשיקט געווארן טעטיקע אוקראינער פון די ארומיקע דערפער. אין לויף פון די אונטערזוכונגס־פארהערן זענען ארויסגעקומען פארשידענע פרטים וועגן דער יידן־פארניכטונג, עס וואלט אבער פארנומען צופיל פלאץ איבערצוגעבן יעדן אינהאלט. א פאראיינלצט פאקט וועל איך יא איבערגעבן, ווייל דאס באווייזט וויפיל סודות פון אומקום מיר וועלן זיך שוין קיינמאל נישט דערוויסן:

passage_d4dd573872c91c972a13ef86
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 815-2642

ווען עס האט זיך אנגעהויבן די טאטאלע ליקווידאציע פון די יידישע ישובים אין אונזער געגענט, איז שבת, דעם 5טן יוני 1943 דורכגעפירט געווארן אין בארשטשעוו א גרויסע אקציע, ביי וועלכער א סך סקאלער זענען אומגעקומען. זייענדיק צו יענער צייט אין סקאלע, האב איך דעם אנדערן טאג, זונטאג, געשיקט א שליח קיין בארשטשעוו, כדי זיך צו דערוויסן ווער פון מיין משפחה האט זיך געראטעוועט. איך האב באקומען אן ענטפער פון מאגיסטער טייבער אז מיין שוואגער חיים ראפאפארט הי״ד איז געבליבן לעבן, נאר זיין מוטער האט מען שבת דערשאסן. אויך מיין מומע, מאיר זוסי טאבאק׳ס פרזי, סאלציע, האט מען דערשאסן. מיט מאיר זוסיע׳ן, דאגעגן איז א רעטעניש: עס איז אים געלונגען זיך אויסצוקויפן פון א געסטאפא מאן און ער איז ערגיץ פארשוואונדן געווארן. ער איז נישט א ניט צווישן די לעבנגעבליבענע, און נישט צווישן די טויטע. ערשט שפעטער, בין איך געוואוי ר געווארן פון ציגאנער גויים, אז זיי האבן מאיר זוסיע׳ן געזען יענעם מורא׳דיקן שבת אין דארף ציגאן, און אז דער גוי ציפאליוק האט אים גע׳הרגעט. איך האב דעם מערדער געקענט פון פאר דער מלחמה און עס איז מיר שווער געווען צו גלויבן, אז ער, ציפאליוק, זאל דאס טאקע האבן געטאן. איך האב נאר געטראכט(אבער נישט געגלויבט) אז אויב איך וועל איבערלעבן, וועל איך זיך איבערצייגן אין דעם. און צום יאר פון דער רציחה, ווען מיר האבן גענומען מאנען חשבון פון די שטאטישע יידן־מערדער, האב איך אנגעהויבן צו דריקן און פארלאנגען, אז מען זאל ארעסטירן ציפאליוקן פון ציגאן, כדי צו דערוויסן זיך דעם אמת. עס איז אבער געווען א שווערער ענין: ציגאן איז געווען אפגעטיילט פון סקאלע מיט 7 קילאמעטע ר וואלד (דאס א.ג. ציגאנער וואלד) און דארט האבן געבושעוועט די "באנדעראווצעס", אזוי אז דורכגיין אדער דורכפארן דאס וואלד

passage_9528f0574698b240bd18626e
Passage 3normalized OCR · source chars 2643-2948

אי ז געווע ן פארבונד ן מי ט סכנו ת נפשות . דא ך אי ז ענדלע ך געלונגע ן אי ם צ ו ארעסטירן . א ט וו י אוו י ע ס געדענק ט זיך : ווע ן אי ך בי ן אי ן א נאכמיטא ג ארויפגעקומע ן אוי ף זיי ן פאדוויר ע (הויף) , אי ז ע ר געשטאנע ן או ן צוזאמענגעגראבל ט דא ס שטרו י נאכ ן מאלאיצען . נא ך איידע ר ע ר הא ט ציי ט 139

passage_8ab837f689d4254548632f0f