Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 161
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1089

זענען אן א סיבה פלוצלינג באפרייט געווארן, און מיר האבן בשום אופן נישט געוואוסט פארוואס. דער ווייטאג און די הילפסלאזיקייט זענען געווען גרויס, ביז מיר זענען געוואויר געווארן וועדעם האט זיך אריינגעמישט און געווירקט לטובת זיי. אין גאנג פון אן אויספארשונג געפירט פון העכערע מאכט־ארגאנען, איז ארעסטירט און פאראורטיילט געווארן ניקאלאי וולאסאוו, דער נאטשאלניק פון דער נ.ק.וו.ד. אן אלטער פארטיי־חבר, וועמען די אוקראינער האבן אונטערגעקויפט. מאטעדיאל האבן זיך די פאדלעבן געבליבענע אידן ווי נישט איז איינגעארדנעט. עטליכע האבן געארבעט, אנדערע האבן אונטערגעהאנדלט, אוויי אז פרנסה האט קיינעם נישט געפעלט. עס איז אבער געווען א לעבן אן א ציל. מיד האבן געמוזט כסדר זיין צווישן אונזערע אוקראאינישע מערדער, אן א צוקונפט פאר די קליינע קינדער און פאר דער יוגנט, דערביי זיך כסדר געדארפט שטיצן אויפן סאודעטישן כוח. מיד זענען כלל נישט זיכער געווען מיטן מארגן, דאס הייסט: די סאוויעט־מאכט וועט דיך אויסנוצן אזוי לאנג ווי זי וועט דיך דארפן און דערנאך דיך באזייטיקן.. .

passage_faafda9d4b3ee38335f7b61b
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1091-2681

די ייִדן האָבן געווארט אויף אַ נס און ער איז געקומען אין דער פאָרם פון דער רעפאַטריאַציע, ד.ה. עס איז געשלאסן געוואָרן אַן אָפּמאַך צווישן דעם ראַטנ־פֿאַרבאַנד און דער צייטווייליקער, קאָמוניסטישער פּוילישער רעגירונג, אַז אַלע געוועזענע פּוילישע בירגער, וואָס געפינען זיך אויף די שטחים ץ ראטן־ פֿאַרבאַנד און אוקראאינע, האָבן אַ רעכט, אויב זיי פארלאנגען, אויסצואוואַנדערן קיין פוילן. זענען אין אַלע שטעט געשאפן געוואָרן רעפאַטריאַציע־קאָמיטעט ן און יידן האָבן זיך גענומען פארשרייבן. פארשטייט זיך, אַז די סאודעט־מאַכט האָט געקוקט קרום אויף די וואָס האָבן זיך רעגיסטרירט, באַזונדערס אויף ייִדן, און געמאכט פארוואורפ ן מיט כעס: "מיד האָבן אייך באפרייט און צוריקגעגעבן אייך מענטשלעכע און בירגערלעכע רעכט און איר פארט צוריק צו אייערע מערדערס"? א גערעכטע פראגע, אויף וועלכער עס איז דעמאלט קיין איבערצייגנדיקער ענטפער נישט געווען. צו א טייל ייִדן, וואָס די מאַכט האָט געדארפט, האָט מען געמאכט שוועריקייטן. אין סקאַלע איז פארהעלטניסמעסיק צוגעגאנגען אין ארדענונג ץ אין די ערשטע טעג פון יולי 945ו האָבן אַלע ייִדן פארלאזט סקאַלע און אריבערגעוואנדערט קיין פוילן. ערשט דארט האָט מען איינגעזען, אַז די סאוועטישע ווארנונגען זענען געווען גערעכטע. אין אנטיסעמיטישן, "נייעם" פוילן האָבן ייִדן נישט געקענט בלייבן. האָט מען ווייטער געוואנדערט, ביז יעדער האָט זיך דערשלאגן אין א פריי לאנד, אויפגעשטעלט דארט זיין געצעלט, איינגעארדנט זיך אויף דאס ניי ץ געבראכט דורו ת אויף דער וועלט. לאמיר האפן אַז אונזערע בני עיר, וואו זיי זענען, וועלן ווייטער עקזיסטירן .

passage_65742747b8a39570e1f08c68
Passage 3normalized OCR · source chars 2683-2686

141

passage_e1cb1398aa2eb7bb8ad2474b