באקאנטן נאצי־פארפאלגער שמעץ ודזענטאל, איז סילער אין יאר 1964 ארעסטירט און פארמשפט געווארן פאר זיינע קריגס־פארברעכנס צו זיבן יאר תפיסה! כאטש דאס איז א באדייטנדער אורטייל לויטן עסטרייכישן "באגריף" איז דאס פאר אונז יידן, זיינע קרבנות, א קנאפע טרייסט, ווייל ס׳איז נישט קיין אורטייל, ווי גרויס און הארבער זאל נישט זיין, ער זאל פארגלעטן כאטש א ברוכטייל פאר זיין מאסן־מארד. דער אורטייל איז נאר א סימבאלישער און אונזער חשבון מיט די מערדער איז נישט קיין געענדיקטער. דייטשע פרעסע באריכטעט וועגן די פראצעסן
דײ באריכטן אין דער דייטשער פרעסע װעגן פראצעס פון רוצח ארטור ענגעל זענען געווען נישט בלויז "פארעווע", נאר פון צווישן די שורות האט זיך געפילט א סארט "מיטלייד" און אפילו "סימפאטיע" צום אנגעקלאגטן. די איבערשריפט (דאס קעפל) פון איץ האמבורגער צייטונג "האמבורגער אבענד־ בלאט" (מיט גאר גרויסע אותיות) שרייט אויס, אז ענגעל האט אויסגעשאסן א "ווארענונג־שאס", כדי אפצושטעלן תנא שווארצבאך פון אנטלויפן. די דערקלערונגען פון די עדות ווערן געבראכט כלאחר יד, כדי ימא־צו זיין... די באפרייאונג פון דעם רוצח און סאדיסט ענגעל ווערט אויך געמאלדן מיט א גרויסער איבערשריפט, מיט דער טענה, אז ער איז באגאנגען בלויז א "טויט־ שלאג", וואס דאס מיינט נישט קיין מארד פון ערשטן גראד״ביים סוף פון באריכט ווערט, אזוי דרוך אגב, געזאגט, אז דער פארטרעטער פון די אנקלעגער טראגט ארויס א פאדערונג צו "רעווידירן" דעם באפרייאונגס־אורטייל. איראניע? דאס האמבורגער "אבענד־בלאט" דערציילט מיט קידוש לבנה אותיות, אז דער רוצח ענגעל האט לגבי דער מוטער פון זיין קרבן, חנה שווארצבאך, זיך פארהאלטן ו דא טאקטפולער "קאוואליר". ער האט פאר דער גרדהאריקער, וויינענדיקער מוטער, ריווע שווארצבאך, ארויסגערוקט א שטול, זי זאל זיך אנידערזעצן.".
עס ווערט אין דער דייטשער פרעסע אפגעגעבן מער פלאץ, אויספירלעכער ציטירט בנוגע די רייד פון די רוצחים־פארטיידיקער און פץ די ריכטערס ווי פץ די עדות, וואס זענען געקומען פץ עטליכע לענדער. זייער אפט ווערט אץ די באריכטן אריינגעוועבט די באצייכענונג פץ "יודן־פראצעס", ווי א מין אנצוהערעניש אז די דייטשן זאלן זיך קענען שאפן א מיינונג וועגן דעם גאנצן ענץ...דאס מיינט: יידן ודלן נישט פארגעסן און מוחל זייל, נאר זיי מאנען "דאס פונט פלייש". 155