Original scan
Original memorial-book scan 215
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1237

געהעריקער הויך. עקאנאמישע סיבות א "מסורה", אומבארירבארע טראדיציע, האבן גורם געווען צום אנהאלט פון פארעלטערטע פירונגען. נישט יידער ייד, וואס האט זיך גענומען צו מלמדות, איז געווען א פעדאגאג מיט נייטיקער צוגרייטונג. פונדעסטוועגן זענען צווישן די מלמדים געווען אמך אויסגעצייכנטע יחידים, פון וועמעס חדרים, זענען די תלמידים, ארויסגעקומען מיט היבשע ידיעות. פונקט ווי עס איז געווען דער שטייגער אין אומצייליקע מזרח־ אייראפאישע יידישע קיבוצים, איז עס אויך געווען אין סקאלע, און אין די גרעסערע אין קלענערע דערפער אדום. זאלן דא דערמאנ ט ווערן די פארשיידענע מלמדים פון סקאלע. דרדקי־מלמדים, וואס האבן געלערנט מיט קינדער "אלף־בית" און ואג ן עברי: ר׳ מיכאל(נא ך דער ערשטער וועלט־מלחמה האט ער זיך באזעצט אין קאראליווקע). ר׳ זוסיע (מענטשל). ר׳ אבא (אדלער), ר׳ איציקל (פון ליסאטש) לעווענקראן, ר׳ בנציון יעבץ, ר׳ חיים האפער. חומש־רש״י מלמדים: ר׳ שלמה שעפער, (דער טויבער); ר׳ אהק גרינפעלד (דער קאציובינטשיקער): ר׳ יוסף ווערכניאנסק י(צולעצט זיך באזעצט אין בארשטשיוו); ר׳ יוסף לייב מלמד; ר׳ שלום זימערמא ן(שלמה ד ם טדבנ ס איידים); ר׳ אברהם ביטערמא ן(נפט ר געווארן אין ישראל); ר׳ אלטער וויינרויב.

passage_6a21c9e8691aca53e85620fe
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1239-2458

גמרא־מלמדים: ר׳ משה קרעמניצער (ליסאוואדער); ר׳ יוסף בלומענטאל (דאס געלעכל); ר׳ שלמה אהרן וויינפעלד, ר׳ משה גראלאווער, ר׳ שלמה וויינרויב (אלטערס). ר׳ יששכר בער שעכטער. ר׳ אברהם מארגנשטערן (דער בודזאנאווער), ר׳ ווידע ביטערמאן, און ר׳ לייבוש פייערשטיין(נטע׳ס). שוחטים שוחטים האט סקאלע תמיד געהאט אפשר מער וודדיק קהילה האט באדארפט. אבער מחמת סקאלע האט געהאט צוויי גרויסע חסידישע צדדים, וויזשניץ און טשארטקאוו, זענען קודם כל געווען, פארשטייט זיך, שוחטים חסידי וויזשניץ און טשארטקאוו. עס זענען אויך געווען אביסל חסידים פון אנדערע רביים. אבער אזוי ווי זיי זענען געווען א מיעוט און קיין אייגענעם רב (ווי די וויזשניצער און טשארטקאווער) האבן זיי נישט געהאט, האבן זיי געגארט צו האבן כאטש אן אייגענעם שוחט. די שוחטים זענען געווען: ר׳ אלטער (דער שווער פון ר׳ יעקאל ברוינשטיין). ר׳ הערשל (דער איידים פון אליעזר אליהו וויידבערג, שפעטע רא שוחט אץ דער בוקאווינע); דער "ווינער" שוחט, ר׳ שלמה שוחט, ר׳ פייביש ליבער שטאק, ר׳ יששכר בער (שעכטער); ר׳ יעקאל שוחט (ברוינשטיין) און ר׳ ישראל פעדע ר פון טלוסטע. (זיין קומען קיין סקאלע האט ארויסגערופן א שארף מחלוקת ארום 1925).

passage_1a8e0de183ee113b029528b8
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2460-2822

אין די יארן ווען חסידות איז געשטאנען אויף א הויכן האץ די חסידישע צדדים האבן זיך הייס באקעמפט בנוגע זייערע רביים ־ איז די שחיטה געווען א שארפער "וואפן" אין זייערע הענט. איין צד האט נישט געגעסן פון דער שחיטה פון אנדער צד; מ׳הא ט זיך נישט "געמישט". מ׳הא ט זיך אפילו געהיט פץ משדך צו זיין איינע מיט די אנדערע . 195

passage_9bfb925a5710c21e2b417c61