Original scan
Original memorial-book scan 216
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-858

א פסק דין פון סקאלער רב הרב שלמה דרימער זצ״ל * דער סאדאגורער רבי, ר׳ אברהם יעקב האט אמאל דערציילט וועגן זיין פאטער דעם ריזשינער צדיק ר׳ ישראל אזא מעשה. דער ריזשינער האט זיך אמאל אויפגעהאלטן א שטיקל צייט אין סקאלע, נאכדעם ווי ער איז אנטלאפן פון רוסלאנד, נאך א מסירה אויף אים. זייענדיק אין סקאלע, איז דער ריזשינער אין איין פרייטאג בייטאג ארומגעגאנגען אן אומרוהיקער, א שטארק פארטראכטער אין זיין חדר און האט נישט ארויסגעלאזט דעם לוילקע־ציבוק פון מויל, גערויכערט און גערויכערט. מיטאמאל האט ער א זאג געטאן צו זיין שמש: "גיי שוין און רוף אהער דעם סקאלער רב, אויב נישט וועל איך נישט קענען גיין צו קבלת שבת. פאר׳ן שמש איז די זאך געווען שטארק קשה. אבער אז דער צדיק הייסט, גייט מען. דער סקאלער רב, ר׳ שלמה, האט נישט געפרעגט קיין סך שאלות.

passage_90f1cce7f487130586219523
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 860-2011

שוין אנגעטאן אין דער אטלעסענער זשופיצע און אין שטריימל לכבוד שבת, איז ער געקומען צום צדיק. דער ריזשינער האט אים אויפגענומען מיט א "ברוך הבא, סקאלער רב, זיצט זייט מוחל". אז דער רב האט זיך אוועקגעזעצט, האט דער ריזשינער א זאג געטאן: "איילט זיך ניט סקאלער רב, אויך איך דארף גיין דאוונען. אבער עס גייט דא אין א דין תורה". און דער ריזשינער האט דערציילט אזוי: "עס איז געווען א גרויסער, הייסער חסיד, א ירא שמים און דערביי א גרויסער עושר. ער האט קיינמאל נישט איבערגעוועזן אפילו אויפ׳ן קלענסטן איסור. "דעד דאזיגער חסיד, האט אמאל באקומען פון דער רעגירונג א געשעפטס־אונטערנעמונג, פון וועלכער ס׳איז געשטאנען צו פארדינען א הון רב. אזוי ווי ער האט אבער ניט געהאט גענוג אייגענע מזומנים צו געבן דער רעגירונג די פערלאנגטע גאראנטיע־דעפאזיטן, האט ער זיך מורה־היתר געווען, זיך אויסצובארגן פון זיין קאסע דאס געלד, וואס איז ביי אים, אלס שטאט בטוח, געווען איינגעלעגט פון אלמנות און יתומים, אויפן צו געבן אלס גאראנטיע. ער האט געוואוסט, אז דאס געלד איז דאך זיכער, ווייל דער מסחר איז א קוואל פון א גרויס עשירות.

passage_347536fd1b6b2a6f2f0ce66b
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2013-2676

"דער ש רבי וועמען דער קאנטראקט האט געזאלט אונטערגעשריבן ווערן, איז געווען א גרויסער שונא־ישראל. וויסנדיק אז דער אונטערנעמער איז א פרומער ייד, האט ער אויף להכעיס באשטימט דעם טאג צום אונטערשרייבן דעם קאנטראקט פונקט אויף שבת. "דערזעענדיק דעם בריוו פונעם פריץ, איז דעם חסידישן סוחר פינסטער געווארדן אין די אויגן. אין איילעניש האט ער ביים אפשליסן דאס געשעפט און געבן די גאראנטיע־דעפאזיטן גאנץ פארגעסן זיך אויסצורעדן אז דער קאנטראקט זאל ניט געשריבן ווערן אום שבת. איצט ווארנט דער פריץ, אז *איבערדערציילט לויט דעם ספר ״פות דעם רבינ׳ס הריף״ פון יצחק אבץ, זייטן 115־117.

passage_418e682b8d6ff06a16609a7c