Original scan
Original memorial-book scan 217
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1375

באם ער וועט נישט קומען אין דעם באשטימטן טאג, איז דער הסכם בטל אץ די איינגעלייגטע געלטער זענען פארפאלן. דער חסיד האט אנגעווענדט כל׳ערליי מיטלן מדחה צו זיין דאס אונטערשרייבן אויף אן אנדערן טאג, עס איז אבער נישט געגאנגען. וואס זאל ער טאן? זאל ער דעם קאנטראקט נישט אונטערשרייבן, וועט דאך די גאנצע, גאראנטיע־דעפאנירונג פארפאלן ווערן. ס׳גייט אים שדים נישט אין זיין אייגן געלט. מיט דעם געלד וועט דאך אויך פארלוין גיין די הארעוואניע פון ארימע אלמנות און די פראצע פון בידנע יתומים. יא אונטערשרייבן? זאל גאט אים נישט שטראפן פאדן בלויזן הרהור־עבירה. אזוי פיל יארן זיך אפגעהיט פון א הרהור עבירה און פיל מאל אויסגעהאלטן שווערע נסיונות, און היינט פלוצים ווערן א מחלל שבת, און צוליב וואס? צוליב געלט? ניין ער וועט נישט מחלל שבת זיין. פלוצים האט זיך אים געדאכט, אז ער איז אהיימגעקומען און געטראפן די גאנצע שטאט אין א שרעקליך קאכעניש. אין זיין דמיון האט ער געזען ווי די ארימע אלמנות באפאלן אים אויף דער גאס פון אלע זייטן שרייענדיג מיט א ביטערער יללה: "גזלן, רויבער, גיב אונז א פונזער שווער פארהארעוועטע פראצע!" זיינע אויערן האבן שוין געהערט דאס געוויי פון די הונגעריגע, אפגעריסענע און אונפארזארגטע יתומים. דאס רחמנות האט גובר געווען. ער האט מחלל שבת געווען און אונטערגעשריבן דעם קאנטראקט".

passage_7fe5143babe8bc17b65b402d
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1377-2552

איצטער פרעג איך אייך, סקאלער רב, פסק׳ענט מיר דעם דין אויב דאס קען באטראכט ווערן פאר אן "אונס" (צוואנג) און מיר האבן דאך א קימא־לן, אז "אונס רחמנא פטריה" (פאר א געצוואונגענער עבירה קומט ניט קיין שטראף), און דער חסיד דארף ניט באשטראפט ווערן פאר חלול־שבת, אבער ס׳האט זיך דאך נאר געהאנדלט אין דיני ממונות ניט אין דיני נפשות (א געלד שאדן אבער ניט א לעבנס־געפאר), הייסט דאס ניט קיין "אונס" און עס קומט אים דערפאר אן עונש". נאך א היפשן דין ודברים, האט ר׳ שלמה דער רב געפסק׳ענט, אז דאס הייסט יא אן "אונס", מחמת ער האט דעם ניט געטאן צוליב זיין אייגענעם נוצן, נאר צוליב די אלמנות און יתומים, דעריבער איז ער פטור פון אן עונש. דאס פנים פון׳ם ריזשינער רבי׳ן האט אויפגעלייכט פאר גרויס שמחה. "איר זייט דאס דער דיין פון וועמען די גמרא זאגט אז "כל דיין הדן דין אמת לאמיתו נעשה שותף להקדוש ברוך הוא" (א ריכטער וואס משפט א דין מיט׳ן אמת׳דיגן אמת, דאס הייסט ניט לויט די טויטע ווערטער, נאר נוצט שכל הישר און לערט די אומשטענדן, ווערט ער אנגערופן גאט׳ס שותף). דאס בית דין של מעלה האט מסכים געווען צו אייער פסק דין.

passage_60d23760e411b96d22bd8509
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2554-2926

שפעטע ר הא ט מע ן זי ך דערוואוסט, טאק ע פו ן ריזשינע ר א ז דע ר מחל ל שב ת אי ז טאק ע געווע ן זיינע ר א חסיד, ווא ס אי ז שוי ן געווע ן אויפ׳ ן עול ם האמת. זייענדי ג אי ן דע ר מקו ה יענע ם פרייטאג, אי ן סקאלע, הא ט דע ר ריזשינע ר צדי ק דערפיל ט א ז ד י נשמ ה פו ן יענע ם חסי ד הא ט ניש ט קיי ן רו, או ן קע ן בלוי ז האב ן א תיקו ן דור ך א פס ק פו ן א ר ב א גדול. 197

passage_86fb70b7fecccab701b4afbf