אנגעהויבן נעבן הערשל אשכנזי, און געפירט ביז צום איוואנקאווער וועג. אט דער דאזיקער שפאציר איז געווען א באשטענדיקער און טראדיציאנעלער טייל פונעם לעבן פון דער סקאלער יוגנט, אפילו אין מיטן דער וואך, אין די זומערדיקע ווארעמע אוונט און נעכט. די הויפט־גאס האט געדעש׳ט מיט די קלינגענדיקע שטימעס פון מיידלעך און יינגלעך, אץ א ז פעסיע יתום האט אויסגעשאסן מיט א געלעכטער נעבן איציע זאנדבערג, האט מען דאס געהערט הילכיק ביי דער פאסט . שפאצירט האט מען תמיד אויף דער לינקער זייט פון גאס, אנהויבנדיק פון עזריאל גאטעספעלדס הויז; ביי די קאסערנען האבן געוויסע פארלעך זיך פארדרייט צום "נייעם שטדאס" אץ ארויסגעקומען ביי גאלוכאווסקיס קאפליצע, אנטקעגן אליעזר וואסערמאנס האלץ־סקלאד. די שפאצירער זענען נישט געווען איינזאם. עס האבן זיי באגלייט פון ביידע זייטן פון דער אליי געוואלדיקע ביימער, אלטע ריזן, וואס זייערע קרוינען האבן זיך פארלוירן אין הויכן הימל און אנטקעגן זיי זענען די מענטשעלעך דארט אונטן געווען געגליכן צו מוראשקעס . סילת "אויבן־טויער" לאורך הפארק של הרוזן גולוכובסקי . . 1 ) 51 <\\ 10 ( 001146 €014/11 / 0 > 1 י/ 0 ק 1116 ץ( 1 "' 70161 ח'{ 011 " 1€ ) 10 ז 16 ז< 0 ז ק מ 0 די יוגנט, הייסט עם, האט באהערשט די לינקע זייט פון גאס .
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1277
passage_df86c28e686b97549f6cbd99
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1279-1583
עלטערע ייִדן האָבן זיך געוויינטלעך לאנגזאם שפאצירט אויף דער צווייטער זייט, גערעדט געלאסן און מיט יישוב־הדעת, יעדע עטלעבע שריט זיך אפגעשטעלט אדער אוועקגעזעצט אויף דער באנק אויבן אץ טויער. דער אמתדיקער פארלאמענט האט אבער רעזידירט ביים גרויסן שטיין וואס נעבן שלמה 206
passage_e3dea9fb4d5e0fa1c8ee6081