זיי זענען דורכגעגאנגען דעם צווינטער, דערנאך דעם אויבער־ מילנער׳ם הייפל אלץ ווייטער, ווייטער. באלד האבן זיי דערהערט דאס קלאפן פון דער מיהל. אז זיי זענען צוגעקומען צום בריקל, וואס אונטער דעם רוישט דאס וואסער אין מיהל־ראד אריין, האט רוכצי דערפילט א לייכטן קלעם ביים הארצן, ווי איינער וואס דארף ערגעץ אוועקפארן. אזא מין קלעם, וואס מען ווייסט נישט וואס ער וויל פון א מענטשן.. . דאס וואסער אונטער׳ן בריקל האט געזאטן, געשוימט. רוכצי האט אריבערגעקוקט די פארענטשע. פון יענער זייט איז אנגעקומען א גרין,שטיל וואסער, דער "זברוטש", און געווארן אונטער׳ן ראד א וואסער פון דער מיהל. ווי האט אריינגעקוקט אין מיהל. אין דער טונקעלער מיהל האט זיך געמאלן אווי פרייליך ־ ברויט האט זיך געמאלן. ס׳האט ארויסגעשמעקט קארן, גערשטן, קוקורודזע. זיי זענען דורכגעגאנגען די בודע מיט די רעוויזארן וואס היטן די גרעניץ. בורקע, דער פאסט־בעאמטער, איז געזעסן אין א ליכטיקן שטויב־מאנטל, פאר דער בודע, געקוקט אויף די יידישע מיידלעך וואט גייען זיך באדן, און געסוויסטשעיט "דאס פארלארענע גליק". מיט א האלבן קוק האט רוכצי דערזען, אז ער האט גאר ליכטיגע האר. און זי האט געמיינט, אז ער האט שווארצע...ליכטיגע ווי דער שטויב־מאנטל. אז בורקע האט דערזען רוכצי׳ן, האט ער איר נאכגערעדט: "קראסנא".. .
רוכצי האט זיך נישט אומגעקוקט, נאר געווארן אנגעצונדן מיט שטאלץ. חנה האט זיך געדושעט. ביים וואסער זענען שוין געווען אסאך מענטשן. דער פלאץ מיט די בוימער פארן וואסער איז געווען פארלעגט מיט אנטועכץ. ביים ברעג און אין וואסער זענען געשטאנען מיידלעך אין באד־העמדלעך, ווייבער איינגעhילט אין לייליכעך מיט נאקעטע קינדערלעך אויף די הענט. רוכצי האט דערזען זייער שכנטע עטי׳ן, מיט דעם קליינעם יאסעלע׳ן אויף די הענט א נאקעטן, וואס האט געקוויטשעט ווייל די זייף איז אים אריין אין די אויגן און עטי האט אים איינגענומען: "נארעלע, נארעלע, וואס דו ביזט...שא, שא, אויסבאדעניון...אויסבאדעניון..." נאר דאס קינד האט מורא געהאט פארן רעש פון דער מיהל, געריסן דאס נאקעטע גופ׳ל און געקוויטשעט: "וויניע, וויניע... ווייבער לעבן איר האבן זיך גע׳חידוש׳ט: ־ אז א פיצל באדט מען שוין?.. ־ דער דאקטאר האט געהייסן ־ נארעלע, שא, שא, שא... באדעניון, באדעניון... די אשר׳קע מיטן קינד האט זיך געפרייט: ־ אה, א מחיה...מיינער באדט זיך, לעבן זאל ער... זי האט צוגעטוליעט דאס נאקעטע גופ׳ל צו זיך, איר פנים צום קינד׳ס טריפענדיק פנימ׳ל מיט די אויסגעצוואגענער הערלעך, צוגעקלעמט די ציין ווי א מאמע, און געשריען: "אי, אי, אי, אי... 2 ו 2