Original scan
Original memorial-book scan 233
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1336

א זדאם קינד האט חנ׳עוודי געבעבעט, מיט די נייע ציין, זיך געפאטשט מיט די הענטלעך אין די בריסטלעך אריץ, און געשריגן "בוה, בוה" ־ האט עם די מאמע אויפגעהויבן אין דער הויף און זיך געפרייט. ־ גוט טאטע, גוט?... א לעבן זאלסטו... . און אז ד האט מען אלע מאל נייע קינדערלעך אריינגעטראגן אין קאלטן וואסער, און די קינדערלעך האבן געדרייט מיט די קעפעלעך, געשריגן "טאי, טאי, וויניע, וויניע", געציטערט מיט די צינגלעך אין געוויין אץ נישט געוואלט, נישט געוואלט, נישט געוואלט זיך לאזן אייננעצן. און די וואס האבן זיך שוין צוגעוואוינט און טאלאפעט אין וואסער, האבן געוויינט ווען מען האט זיי ארויסגעטראגן אץ געוואלט צוריק, ווייל ס׳איז זיי קאלט געווארן, און די פארבלוהטע קערפערלעך האבן געציטערט: האבן זיי געשטרעקט די הענטלעך מיט די בריסטלעך צוריק צום וואסער, און פון די קעפלעך האט נאך אראפגערונען דאס וואסער אויסגעמישט מיט די מילינעס פון די שמעקנדיגע זייפן. רוכצי האט צונויפגעלייגט דאס אנטועכץ הינטער א בוים, גענומען די זייף און אראפגעגאנגן אין וואסער אריץ. מיידלעך האבן זיך געבאק פאר־ווייז און אין גאנצע רעדלעך: צו דריי, צו פיר, זיך אלע מאל אונטערגעטונקט מיט א ן "אה־ה־ה!" און דער שווערער קלאנג פונ׳ם וואסער ווי פץ א טיפעניש, האט זיך אויסגעמישט מיט זייער "אה־ה־ ה".

passage_e83b7fd9173ff481cee192eb
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1338-2698

רוכצי האט צונויפגענומען די הענט און געפילט מיט יעדן טריט טיפער, אז דאס הארץ הויבט זיך העכער צום האלדז. חנה האט זיך שוץ געבאק אץ זי גערופן צו זין, האט זי אבער געוואלט גיץ העכער ארויף, וואו ס׳איז טיף. די סאניכע איז געליגן אויבן ביי ם לעצטן סלופ, אנגעשפארט עזות׳דיג ווי תמיד, און דאס ליילעך האט זיך אויפגעבלאזן פון די כוואליעס. דארטן, וואו די סאניכע, האבן אלע מורא געהאט צו גיץ: די כוואליעס האבן שטארק געטראגן פונ׳ם ראד גלייך ארויף אויף אירע פעטע פלייצעס. אז די סאניכע האט דערזען ווי רוכצי גייט טיף אין וואסער אדיין, נאך ווייטער פון איר, הינטער׳ן געביש, האט זי איר נאכגעשריגן: ־ רוכצי, גיי נישט אזוי ווייט, כ׳וועל דערציילן דער מאמען, כ׳וועל דערציילן דער מאמען.. . נאד רוכצי האט נישט געהערט, ארונטערגעגאנגן הינטער׳ן געביש, דארט האט זי געוואוסט פון א שטיין, וואס איז געליגן האלב אין וואסער, אין א בעהעלטעניש. זי האט זיך אנידערגעזעצט אויפ׳ן שטיין, מיט איין האנט ארומגענומען דעם סלופ, און זיך אויסגעשטרעקט. די מיהל האט געקלאפט, גערוישט, פארטויבט די אויערן, זיך אויסגעמישט מיט׳ן קוויטשען פון די יונגע מיידלעך, נאקעטע קינדערלעך. זי האט ארויסגענומען א פוס און אים באטראכט. דאס וואסער האט אראפגעטריפט פון דעם ווייסן פוס. פלוצלינג האט זי געטאן א קוק אין די בלינדע 213

passage_4b257421f29c420076d02bb9