Original scan
Original memorial-book scan 242
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1372

נשתומם געוואָק, א זער האט פארט אפגעטראטן שלמה׳ן א שטיקל קאסטן: ־ שטעלט אייך דא, פאווענלי, טרעט מיר נישט אפ דעם פוס... או־ או, או־ווא, אט גייט דער רב... דבורה איז צוגעלאפן: ־ טאטע, נעם מיך ארויף. האט מען איר געמאכט פלאץ און דבורה האט געזען. דער רב מיט דער שיינער בארד איז געגאנגען אונטער א חופה, אונטערגעפירט פון צוויי שיינע בעל־הבתים, און האט געטראגן א ספר תורה, פיר יונגע לייטלעך אין זיידענע קאפאטעס, האבן געטראגן די פיר דרענגלעך פון דער חופה איבער׳ן ספר. אנטקעגן איז געשטאנען דער ערץ־בישאף, א ן אלטער גרויער גלח, אנגעטאן עפעס אץ א קאנטיגן ספאדיק, און לעבן אים זיינען געגאנגען גלחים מיט צלמים אץ די הענט, אין שפיצק־מאנטלען, טייערע געשטיקטע מיט זילבער. אץ צודי אין מאדנע קאנטיגע ספאדיקעס אץ ודיסע טענדע־ווערענדעס, האבן געטראגן דאס יחל. אז דער רב איז צוגעקומען נאענט צום ערץ־בישאף, האבן זיך ביידע צדדים אפגעשטעלט. די תורה אנטקעגן יוזל. ס׳איז געוואָק שטיל אין מארק, אז מען האט געקענט ה ק א פליג דורבפליען, אלע מענטשן וואס זיינען דא געווען אזד פיל, וחפיל זאמט אין ערד, זיינען מיטאמאל אנטשודגן געווארן. שא. דער ערץ־ביעזאף האט אנגעבדגן דעם קאפ פאר דער תורה ־ אי, יידן, איך האלט עס נישט אויס...ס׳איז משיח׳ס צייטן... ־ האסט געזען, דו, ער האט זיך פארני יגט...

passage_4a8bb6037a4996ad654458c5
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1374-2351

־אודאי, וואסדק, די תורה, אח, עלטער, מיר זיינען עלטער... דבורה איז געשטאנען ווי אין א חלום. זיי וועלן גיץ אויף אן אייזערנער בריק, וועלן זיי יא אריינפאלן, און מיר וועלן גיץ אויף פאודטינע, וועלן מיר נישט אריינפאלן... זי האט נאכגעקוקט דעם אלטן איינגעבויגענעם רב, ווי ער האלט דאס ספר, דאס ספר אין אלטן סאמעטענעם מענטעלע מיט גאלד אויסגעשטיקט, אץ דער סאמעט, אץ דאס גאלד זיינען אלט, אפגעבליאקעוועט, נאר מיוחס׳דיג, לייטיש, ווי אן אלטע נגידות מיטן זיידענעם טיכעל, וואס דאס איידעלקייט און דער יחוס ליגט איר אץ די קנייטשן פון איר פנים, ליגט איר אין שטויב פון די סאמעטענע פאלק... ־ מדד, פארוואס ווילסטו נישט מאיר דסע׳ן, פאר וואס? אין שטאט האט זיך עס צוטראגן דא גוטע בשורה: ער האט זיך פארנייגט, ער האט זיך פארנייגט־ אץ אז זי אח געלאפן אהיים, זיינען איר די ווערטע ר נאכגעלאפן: ־ וואס דען, די תורה איז עלטער, מיר זיינען עלטער... 222

passage_68a412c99f457aa6a07f879c